חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גרויסער און בארימטער שרייבער אויף אידיש, חיים גראדע. (געבוירן אין שנת תר"ס/1910. געשטארבן תשמ"ב/1982). איז אריגינאל געווען א ישיבה בחור. זאגאר א תלמיד פון חזון איש...! ער איז שפעטער נחמץ געווארן. מכח כמה סיבות וטעמים. איינס. הויפטזעכליך. ווייל ער איז געווען א יתום. און די קהילה וואו ער איז געבוירן האט מזלזל געווען אין איהם. ער האט אבער געהאט אן אויסערגעוויינליכן טאלאנט אראפצולייגן א מעשה מיט אלע פרטים. אזוי פונקטליך אז דער וואס ליינט עס קען מיינען אז ער שטייט דארט אוואו די סצענע שפיעלט זיך אפ פאר זיינע אויגן...!

ער האט געשריבן אפשר צען ביכער. איך האב נישט געליינט אלע. אבער א טייל, יא. איך ווילל דא מאכן א שטיקל סך הכול פון 2 פון זיינע ביכער. און די מעשיות אין וועלכע זיי זענען צוטיילט...!

די ערשטע בוך הייסט..."די קלויז און די גאס"...אין דעם בוך זענען דא 4 באזונדערע מעשיות...1) זיידעס און אייניקלאך . אין די מעשה פארציילט ער וויאזוי א פאר עלטערע אידן, געוועזענע סוחרים וועלכע האבן שוין ריטייערט. און איבערגעגעבן די ביזנעס פאר זייערע קינדער. און זיי זענען אפגעזיצן אין ביהמ"ד. נאר זיי האבן נישט געהאט די זכי' צו לערנען מיט זייערע אייגענע אייניקלעך. ווייל זייערע דערוואקסענע קינדער זענען שוין אראפ פונ'ם אידישן דרך. ביז ס'האטציך געמאכט א געלעגנהייט אין מיטן ווינטער ווען ס'איז געווען זייער שטארק קאלט אין די אידישע שול (נישט א ת"ת) און די שול איז געווען פארשפארט. האבן א טייל פון די קינדער פארבלאנדזשעט אין ביהמ"ד. די אלטע אידן האבן זיך זייער שטארק געפרייט צו די קינדער. זיי האבן זיי געגעבן צוקערלעך און לעקעך אז זיי זאללן וועללן ווייטער קומען און לערנען. די זקנים האבן זיי אויסגעלערנט אל"ף בי"ת און עברי. וואס מ'האט נישט געלערנט אין זייער שול...!
ער באשרייבט די ירידת הדורות פון די עיר ואם בישראל ווילנא. וואס מ'האט אמאל גערופן ירושלים ד'ליטא...!

2) די צווייטע מעשה הייסט לייבע לייזער'ס הויף. דא באשרייבט ער אלע איינוואוינערס און אנדערע כאראקטערן וועלכע האבן זיך געדרייט אין דעם הויף. און די הייזער ארום...!
ועוד חזון למועד. ווי מיר וועללן פארציילן די אלע אינטרעסאנטע מעשיות מער בפרטיות...!
המשך יבוא, אי"ה.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר