"אקשיבה" - איבער דער ארגאניזאציע און ספרים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

"אקשיבה" - איבער דער ארגאניזאציע און ספרים

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:14 pm

אינ'אמת'ן איז דיזע אשכול-עפענונג בלויז נאך א תגובה אינעם ספרים חדשים אשכול, אבער היות דאס איז נישט נאר דער ספר נאר אלעס ארום, עפן איך א ספעציעלער אשכול, געווידמעט פאר דער ארגאניזאציע "אקשיבה" - אירע רבבנים און ספרים.

שוין עטליכע מאל וואס עס איז מיר אויסגעקומען זיך צו באגעגענען מיט'ן "אקשיבה" וועבזייטל, דער ווירטואלער אוצר פון שאלות ותשובות לרחוקים וקרובים, וואו עס ווערן געענטפערט צעדנליגער שאלות ותשובות איבער כל מיני נושאים וענינים.

אינ'אמת'ן אריין איז, אפגעזען אז עס שוין פארהאן צענדליגער ספרי שאלות ותשובות וואס זענען אין די לעצטע פופצן יאר ערשינען אויך דעם שטייגער, איז אבער די זעלבע אויך באקאנט אז עס איז בזמנינו פארהאן צענדליגער צי זאגאר הונדערטער וועבזייטלעך וואו עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו אריינשיקן פראגעס און עס ווערט געענטפערט דורך רבנים און קענער.

אבער 'אקשיבה' קוקט אויס צו זיין גאר אייגנארטיגקייט, צוליב וואס ווי עס קוקט אויס ווערן די שאלות געענטפערט דורף א ספעציעלע שטאב פון צווישן דרייסיג-פערציג יעריגע ריכטיגע מומחים און ידענים איבער כלערליי נושאים. און נישטא קיין שאלה ואוס זי פארעפנטליכן און בלייבט אומפארענטפערט. ווען צווישן די שטארקע תשובות צו די שואלים, געפינט מען אויך אויפריכטיגע ענטפערס איבער סתם נייגעריגע קוועטשענישן און ווארפן א שטארקן ליכטיגקייט.

לויט ווי זיי שרייבן אינעם הקדמה צום נארוואס ערשינענען ספר שו"ת אקשיבה פארמאגן זיי א שטאב פוןהעכער זיבעציג משיבים, פון אלע סארטון שיכטען און שירמען, מענער און פרויען צוגלייך, און יעדע פראגע וואס קומט אריין צו דער רעדאקציע איז מען שוקל און מ'שיקט דאס צום משיב וועלכער צייכנט זיך אויס אין יענעם ספעציפישן הינוכוט. אזוי אז די תשובות זענען עמוק און מקיף אויף א משונה'דיגן זיסן און געשמאקן פארנעם.

אויסער דעם בארימטן וועבזייטל, איז אקשיבה אויך אויסגעשפרייט אין סאציאלע מידיא, א שטייגער ווי פעיסבוק און נאך.

אין פורום אוצר החכמה ווערט גאנץ גרונטליך באהאנדלט דעם ארגאניזאציע, און ווי איינער שרייבט דארט איבער איינס פון די ספרים (ווארשיינליך דער איצטיגער שו"ת באנד וואס איז נארוואס ערשינען):

מה אומר לכם - חכמה כל כך עמוקה, ותשובה כל כך מקיפה, לא ראיתי מימיי. הוספתי את הדף למועדפים. כולי עדיין אחוז התפעלות ממה שקראתי, ומאידך גיסא - אחוז חלחלה מהתגובה שאני מגיב עליה כעת.

אני מבין את הקושי לקבל את האתר הזה, כי בציבור החרדי אוהבים לטאטא הכל, ומה שלא נכתב באתר - פשוט לא קיים... אבל במקום להפעיל קווי טלפון לייעוץ וכו', הפתרון הכי נוח הוא מאגר שו"ת שכל אחד יכול למצוא בו את לבטיו וספקותיו.


אינטערעסאנט צו באמערקן אז דאכט זיך זענען די אינציאטיוון און פיאנערן פונעם ארגאניזאציע, די בארימע "פלאי" פאמילע פונעם "משפחה" אויסגאבע.

ווער עס ווייסט נאך איבער דעם ארגאניזאציע איז מכובד אריינוקומען קלאר.

בייגעלייגט דעקל פונעם נארוואס ערשינענעם ספר, און א קובץ דוגמא פון 64 זייטן, פונעם נייעם ספר.
בייגעלייגטע פיילס
אקשיבה.png
דוגמא מהספר של אקשיבה_compressed.pdf
(857.7 KiB) אראפגעלאדנט 26 מאל
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

"אקשיבה" - איבער דער ארגאניזאציע און ספרים

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:18 am

טאקע א אונטערסאנטע פלאץ, פאר מענער וואס פרעגן ענטפערן מענער און פאר פרויען איז דא פרויען משיבים, זיי זענען אלע חרדישע אידן און זענען דא פארן חרדישן ציבור וואס האט וויינוג פון די סארט זאכן, מען קען זיי פרעגן וואס פאר א שאלה און מען באקומט א ערענסטע תשובה אויף אימעל, שפעטער לייגן זיי עס ארויף בעילם שמו אן-ליין.


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:12 am

איך קען פערזענליך עטליכע משיבים - פון ארץ ישראל - אויפן אקשיבה וועבזייטל, און לבי ובשרי איז שטארק גערעכט.

זיי זענען גאר ערנסטע, אדורכגעטראכטע, און קלוגע אידן.
אלע פון זיי זענען סאלידע תלמידי חכמים און אפילו רבנים, אבער אלע פון זיי זענען ספעציעל באהאווענט אינעם פינפטן חלק שו"ע.

איך קען אפילו צולייגן, אז עטליכע מאל וועלן זיי שיקן דעם שאלה צו עטליכע פריינד מיט זייער בייגעלייגטן ענטפער, כדי צו קריגן א בעסערן און קלארערן תשובה וואס דאס לייגן זיי ענדגילטיג ארויס אויפן וועבזייטל. דאס באדייט, אז אויסער דעם וואס עס באשטייט פון אן אדורכגעטראכטן ענטפער בישוב הדעת, רעדט מען דא פון אידן וואס זוכן א סאלידן ענטפער אנשטאט ארויסשארן פון ארבל עפעס וואס זייער עגא זאגט גלייך אויפן ארט.

און סתם לידיעה בעלמא: גאר אסאך פון זיי שטייען בדעה אחת מיט רוב שיטות ודעות אין אונזער הייליג מקום, ואכמ"ל בזה מטעם המובן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 304
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1130 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט