"אקשיבה" - איבער דער ארגאניזאציע און ספרים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

"אקשיבה" - איבער דער ארגאניזאציע און ספרים

שליחה דורך לבי ובשרי »

אינ'אמת'ן איז דיזע אשכול-עפענונג בלויז נאך א תגובה אינעם ספרים חדשים אשכול, אבער היות דאס איז נישט נאר דער ספר נאר אלעס ארום, עפן איך א ספעציעלער אשכול, געווידמעט פאר דער ארגאניזאציע "אקשיבה" - אירע רבבנים און ספרים.

שוין עטליכע מאל וואס עס איז מיר אויסגעקומען זיך צו באגעגענען מיט'ן "אקשיבה" וועבזייטל, דער ווירטואלער אוצר פון שאלות ותשובות לרחוקים וקרובים, וואו עס ווערן געענטפערט צעדנליגער שאלות ותשובות איבער כל מיני נושאים וענינים.

אינ'אמת'ן אריין איז, אפגעזען אז עס שוין פארהאן צענדליגער ספרי שאלות ותשובות וואס זענען אין די לעצטע פופצן יאר ערשינען אויך דעם שטייגער, איז אבער די זעלבע אויך באקאנט אז עס איז בזמנינו פארהאן צענדליגער צי זאגאר הונדערטער וועבזייטלעך וואו עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו אריינשיקן פראגעס און עס ווערט געענטפערט דורך רבנים און קענער.

אבער 'אקשיבה' קוקט אויס צו זיין גאר אייגנארטיגקייט, צוליב וואס ווי עס קוקט אויס ווערן די שאלות געענטפערט דורף א ספעציעלע שטאב פון צווישן דרייסיג-פערציג יעריגע ריכטיגע מומחים און ידענים איבער כלערליי נושאים. און נישטא קיין שאלה ואוס זי פארעפנטליכן און בלייבט אומפארענטפערט. ווען צווישן די שטארקע תשובות צו די שואלים, געפינט מען אויך אויפריכטיגע ענטפערס איבער סתם נייגעריגע קוועטשענישן און ווארפן א שטארקן ליכטיגקייט.

לויט ווי זיי שרייבן אינעם הקדמה צום נארוואס ערשינענען ספר שו"ת אקשיבה פארמאגן זיי א שטאב פוןהעכער זיבעציג משיבים, פון אלע סארטון שיכטען און שירמען, מענער און פרויען צוגלייך, און יעדע פראגע וואס קומט אריין צו דער רעדאקציע איז מען שוקל און מ'שיקט דאס צום משיב וועלכער צייכנט זיך אויס אין יענעם ספעציפישן הינוכוט. אזוי אז די תשובות זענען עמוק און מקיף אויף א משונה'דיגן זיסן און געשמאקן פארנעם.

אויסער דעם בארימטן וועבזייטל, איז אקשיבה אויך אויסגעשפרייט אין סאציאלע מידיא, א שטייגער ווי פעיסבוק און נאך.

אין פורום אוצר החכמה ווערט גאנץ גרונטליך באהאנדלט דעם ארגאניזאציע, און ווי איינער שרייבט דארט איבער איינס פון די ספרים (ווארשיינליך דער איצטיגער שו"ת באנד וואס איז נארוואס ערשינען):

מה אומר לכם - חכמה כל כך עמוקה, ותשובה כל כך מקיפה, לא ראיתי מימיי. הוספתי את הדף למועדפים. כולי עדיין אחוז התפעלות ממה שקראתי, ומאידך גיסא - אחוז חלחלה מהתגובה שאני מגיב עליה כעת.

אני מבין את הקושי לקבל את האתר הזה, כי בציבור החרדי אוהבים לטאטא הכל, ומה שלא נכתב באתר - פשוט לא קיים... אבל במקום להפעיל קווי טלפון לייעוץ וכו', הפתרון הכי נוח הוא מאגר שו"ת שכל אחד יכול למצוא בו את לבטיו וספקותיו.


אינטערעסאנט צו באמערקן אז דאכט זיך זענען די אינציאטיוון און פיאנערן פונעם ארגאניזאציע, די בארימע "פלאי" פאמילע פונעם "משפחה" אויסגאבע.

ווער עס ווייסט נאך איבער דעם ארגאניזאציע איז מכובד אריינוקומען קלאר.

בייגעלייגט דעקל פונעם נארוואס ערשינענעם ספר, און א קובץ דוגמא פון 64 זייטן, פונעם נייעם ספר.
בייגעלייגטע פיילס
אקשיבה.png
דוגמא מהספר של אקשיבה_compressed.pdf
(857.7 KiB) אראפגעלאדנט 164 מאל
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר