בלאט 1 פון 1

פלאגיאריזם אין 'זכרון בספר' פון הר"ר יונה לאנדא

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:51 am
דורך חוקר ודורש
גוט צו וויסן אז ר׳ יונה לאנדא האט דורך געליינט יצחק אבן׳ס בוך ״פון דעם רבינ׳ס הויף״

IMG_5197.JPG
d25fe849-b5f4-413c-bf47-34b2d78990c4.jpg
9d167f0c-cd10-4153-85b1-a56cea70495a.jpg
0bdff5bd-8f93-4197-ac50-a171619244f6.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כד

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:29 pm
דורך חוקר ודורש
דא קען מען זעהן קלאר בעיקר וואס איך מיין

IMG_5197.JPG
9d167f0c-cd10-4153-85b1-a56cea70495a.jpg
0bdff5bd-8f93-4197-ac50-a171619244f6.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:51 pm
דורך ראובן
Wow

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:31 pm
דורך גדליה
אינטערסאנטע אנדעקונג. כאטש כ׳מיין פלאגיריזם איז איבערגעטריבען. ס׳א נארמאלע זאך א שרייבער נעמט אויסדרוקען פון דא און דארט. חוץ מזה איז נישט עכט שייך קיין פלאגיריזם ווען די קאפירייט האט שוין מסתמא לאנג עקספייערד
ס׳איז וויכטיג אנצומערקען אז ר׳ יונה שליט״א איז דווקא א אריגנעלע פארשער אין אלגעמיין.

Re: פלאגיאריזם אין 'זכרון בספר' פון הר"ר יונה לאנדא

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 12:05 am
דורך מארמאראשער
ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז זכרונות פון א אמעריקאנע יוד און נישט קיין אייגענע געשראבאכץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:14 am
דורך אספקלריה
איך מיין אז רופען דאס פלאגיריזם,איז אזוי ליבעראל קנאיש ווי די איי וועלט קראנקער וואס האט א פראבלעם מיט די קליינע מוידען אויף די דרשו פרסומת.
אמאל מיינט מען אז צו דיטאקסען פון איי וועלט עקסטרעם סינדזשרעם ברויך מען גיין אן אנדערע ריכטונג אבער מיטען זעלבען שארפקייט ווי מהאט געלערענט און סענס סטריט.
אפשר דיטאקסען מיינט אז מזאל איינשלינגען אפאר טאבלעטען און אנקוקען זאכען מיט אר רויאיגע ניכטערע בליק, און טראכטען צוויי מאל פאר מבאטיטעלט עפעס פלאגיאריזם וכדו׳
.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:32 am
דורך נהורא נפישא
ווי אקספלריא מערקט אן איז זייער עקסטרעם צו רופן דאס פלאגאריזם פאר די פשוטע סיבה, פלאגאריזם קען נאר גערופן ווערן א פאל ווען עס איז ערווארטעט אפצוגעבן קרעדיט פאר א געוויסע איידיע, בילד וכדומה פארן מקור גענוג זאכליך אז עס זאל נישט אויסזען מאדנע אז מגיט אפ קרעדיט, שטעלט אייך פאר אז יונה לאנדא זאל שרייבן אין די פארווארט אדער סייווי אין דעם בוך אז געוויסע געדאנקן פון דעם פאסירונג האט ער גענומען פון יצחק אבן, וואלט עס דען נישט אויסגעזען מאדנע אפצוגעבן קרעדיט פאר אזא נישטיגע זאך.
דאס עכ"פ יא, מזעט באשיינפערליך אז יונה לאנדא איז נישט קיין אריגינעלער שרייבער מיט א ברייטע פאנטאזיע נאר פשוט גוט אנגעלייגט מיט ביכער און נעמט איידיעס פון וואס ער האט געליינט.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:59 am
דורך ראובן
אספקלריה האט געשריבן:איך מיין אז רופען דאס פלאגיריזם,איז אזוי ליבעראל קנאיש ווי די איי וועלט קראנקער וואס האט א פראבלעם מיט די קליינע מוידען אויף די דרשו פרסומת.
אמאל מיינט מען אז צו דיטאקסען פון איי וועלט עקסטרעם סינדזשרעם ברויך מען גיין אן אנדערע ריכטונג אבער מיטען זעלבען שארפקייט ווי מהאט געלערענט און סענס סטריט.
אפשר דיטאקסען מיינט אז מזאל איינשלינגען אפאר טאבלעטען און אנקוקען זאכען מיט אר רויאיגע ניכטערע בליק, און טראכטען צוויי מאל פאר מבאטיטעלט עפעס פלאגיאריזם וכדו׳
.

ביסט נישט גערעכט. "פלאגיאריזם" האט א טעכנישער באדייט, און נאכשרייבן פון א צווייטן אן געבן קרעדיט איז קלאר פלאגיאריזם. אז דו ווילסט קענסטו טענה'ן אז נישט יעדער פלאגיאריזם איז עק-וועלט, אבער מיט'ן ווערטער-בוך קענסטו זיך נישט קריגן.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:01 am
דורך ראובן
מארמאראשער האט געשריבן:ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז זכרונות פון א אמעריקאנע יוד און נישט קיין אייגענע געשראבאכץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

כ'בין נישט קלאר וואס @מארמאראשער זאגט דא, אבער אויב מיינט ער צו זאגן אז ר' יונה לאנדא ציטירט אן ארטיקל וועגן דעם אנקום פונעם סאטמארער רבי'ן קיין אמעריקע וואס א צווייטער האט געשריבן, איז אט דער צווייטער דער פלאגיאירער און נישט ר' יונה.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:07 am
דורך אספקלריה
ראובן האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:איך מיין אז רופען דאס פלאגיריזם,איז אזוי ליבעראל קנאיש ווי די איי וועלט קראנקער וואס האט א פראבלעם מיט די קליינע מוידען אויף די דרשו פרסומת.
אמאל מיינט מען אז צו דיטאקסען פון איי וועלט עקסטרעם סינדזשרעם ברויך מען גיין אן אנדערע ריכטונג אבער מיטען זעלבען שארפקייט ווי מהאט געלערענט און סענס סטריט.
אפשר דיטאקסען מיינט אז מזאל איינשלינגען אפאר טאבלעטען און אנקוקען זאכען מיט אר רויאיגע ניכטערע בליק, און טראכטען צוויי מאל פאר מבאטיטעלט עפעס פלאגיאריזם וכדו׳
.

ביסט נישט גערעכט. "פלאגיאריזם" האט א טעכנישער באדייט, און נאכשרייבן פון א צווייטן אן געבן קרעדיט איז קלאר פלאגיאריזם. אז דו ווילסט קענסטו טענה'ן אז נישט יעדער פלאגיאריזם איז עק-וועלט, אבער מיט'ן ווערטער-בוך קענסטו זיך נישט קריגן.

איך בין נישט קיין שיטה מענטש,און איך האב נישט דורכגעטוהן די ״ויואל משה״ אדער די חידושי הגר״ח און וואס פונקטליך איז די גדר פון ״פלאגיאריזם״ אבער מיין שכל הפשוט וואס גאט האט מיר געשענקט זאגט מיר אז דאס איז זייער ווייט פון פלאגיאריזם.
איך גלייב נישט אז דאס איז במכוון נאכגעשריבען נאר אזו ווי @נהורא נפישא דאס איז לשונות און אויסדרוקען וואס גייט אריין בשעתן ליינען אנדערע און סשרייבט זיך ווייטער אן געדענקען ווי מהאט עס דאס ערשטע אויפגעפיקט.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:54 am
דורך berlbalaguleh
ראובן האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:איך מיין אז רופען דאס פלאגיריזם,איז אזוי ליבעראל קנאיש ווי די איי וועלט קראנקער וואס האט א פראבלעם מיט די קליינע מוידען אויף די דרשו פרסומת.
אמאל מיינט מען אז צו דיטאקסען פון איי וועלט עקסטרעם סינדזשרעם ברויך מען גיין אן אנדערע ריכטונג אבער מיטען זעלבען שארפקייט ווי מהאט געלערענט און סענס סטריט.
אפשר דיטאקסען מיינט אז מזאל איינשלינגען אפאר טאבלעטען און אנקוקען זאכען מיט אר רויאיגע ניכטערע בליק, און טראכטען צוויי מאל פאר מבאטיטעלט עפעס פלאגיאריזם וכדו׳
.

ביסט נישט גערעכט. "פלאגיאריזם" האט א טעכנישער באדייט, און נאכשרייבן פון א צווייטן אן געבן קרעדיט איז קלאר פלאגיאריזם. אז דו ווילסט קענסטו טענה'ן אז נישט יעדער פלאגיאריזם איז עק-וועלט, אבער מיט'ן ווערטער-בוך קענסטו זיך נישט קריגן.

ראובן: איך בין נישט מסכים מיט דיר: (יא, מיט'ן דיקשיאנערי). ער האט נישט עובר געווען אויף די טעכנישע דעפינישן פון פלאגיאריזם. ווייל ער שרייבט קלאר ארויס אז ער שרייבט נאך די זיכרונות פון א צווייטן שרייבער. פלאגיאריזם הייסט ווען ער איז זיך מתעטף באיצטלא שאינו שלו...!

פלאגיאריזם אין 'זכרון בספר' פון הר"ר יונה לאנדא

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:01 pm
דורך חוקר ודורש
מארמאראשער האט געשריבן:ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז זכרונות פון א אמעריקאנע יוד און נישט קיין אייגענע געשראבאכץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ביסט גערעכט, און אמת׳ן האב איך האב דאס נישט אליין געטראפן, איינער האט מיר דאס געשיקט, און איך וואלט געדארפט אריין קוקן אינעם ספר בעפאר איך שרייב, עס שטימט בעסער אזוי ווי ווען ר׳ יונה אליין זאל נאכשרייבען פון דעם משכיל׳שע שרייבער יצחק אבן, אונטערסאנט איז עס אבער יא, איך האב גראדע נישט אויפגעמאכט דעם אשכול, און איך האב אויך נישט געניצט דעם ווארט פלאגיאריזם, ואתכם הסליחה.


Sent from my iPhone using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:08 pm
דורך סדרן
חוקר ודורש האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז זכרונות פון א אמעריקאנע יוד און נישט קיין אייגענע געשראבאכץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ביסט גערעכט, און אמת האב איך האב דאס נישט אליין געטראפן, איינער האט מיר דאס געשיקט, און איך וואלט געדארפט אריין קוקן אינעם ספר בעפאר איך שרייב, עס שטימט בעסער אזוי ווי ווען ר׳ יונה אליין זאל נאכשרייבען פון דעם פרייע שרייבער יצחק אבן, אונטערסאנט איז עס אבער יא, איך האב גראדע נישט אויפגעמאכט דעם אשכול, און איך האב אויך נישט געניצט דעם ווארט ״פלאגיאריזם״ ואתכם הסליחה.


Sent from my iPhone using Tapatalk

איך האב אפגעטיילט די אשכול פון א אנדערע אשכול ווי עס האט נישט באלאנגט, און איך האב געמאכט די קעפל. לכאורה דארפסטו צו קענען טוישן די קעפל אויב די ווילסט.

פלאגיאריזם אין 'זכרון בספר' פון הר"ר יונה לאנדא

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:28 pm
דורך חוקר ודורש
חוקר ודורש האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:ער שרייבט דאך קלאר אז דאס איז זכרונות פון א אמעריקאנע יוד און נישט קיין אייגענע געשראבאכץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ביסט גערעכט, און אמת׳ן האב איך האב דאס נישט אליין געטראפן, איינער האט מיר דאס געשיקט, און איך וואלט געדארפט אריין קוקן אינעם ספר בעפאר איך שרייב, עס שטימט בעסער אזוי ווי ווען ר׳ יונה אליין זאל נאכשרייבען פון דעם פרייע שרייבער יצחק אבן, אונטערסאנט איז עס אבער יא, איך האב גראדע נישט אויפגעמאכט דעם אשכול, און איך האב אויך נישט געניצט דעם ווארט פלאגיאריזם, ואתכם הסליחה.
Sent from my iPhone using Tapatalk


נאכן מעיין זיין זע איך אז סאיז בכלל נישט מוכרח אז ״מארמאראשער״ איז גערעכט. אין דעם פרק שרייבט ער טאקע נאך זכרונות פון א אלטע איד (אזוי זאגט ער), אבער ער האט עס אליין אראפגעשריבן כאוות נפשו, ער שרייבט נישט אז עס איז ווארט ביי ווארט. איינער האט געליינט יצחק אבן׳ס בוך אים אדער דער אלטער, מסתבר איז אז רבי יונה האט דאס געטוהן ווי צו זאגן אז דער אלטער האט בשעת׳ן רעדן זיך דערמאנט אינעם בוך און נאכגעזאגט אבן׳ס לשונות, בלייבט נאר איבער צו פרעגן ר׳ יונה אליין.

IMG_5262.JPG





Sent from my iPhone using Tapatalk

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:31 pm
דורך איציק
דרך אגב, דא קען מען לייענען און אראפלאדענען יצחק אבן'ס בוך:
https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id= ... 1up&seq=23

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:44 pm
דורך חוקר ודורש
איציק האט געשריבן:דרך אגב, דא קען מען לייענען און אראפלאדענען יצחק אבן'ס בוך:
https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id= ... 1up&seq=23


ער האט אויך ארויסגעגעבן א בוך מחלוקת סאנז וסדיגורה ווי ער לייגט אראפ די היסטאריע פון די גאנצע מחלוקה מיט באקן ציינער.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:06 pm
דורך איציק
יישר כח! געוואוסט פון דעם בוך, אבער קיינמאל פריער נישט געהאט אין האנט!
edit: יעצט געטראפן אויף ארכיוו.ארג:
פון דעם רבינ'ס הויף
https://archive.org/details/nybc204597