"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

הודעהדורך ימי קדם » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:27 pm

מארגען קומט עמטליך ארויס די בוך פונעם געוועזנעם חסיד, עבי שטיין, אין ענגליש. די טיטל פונעם בוך איז "Becoming Eve" (ווערן חוה), פארופענדיג אויף עבי'ס נייער מיטלער נאמען, חוה.

די בוך ווערט פובליצירט דורך "סיעל פרעס" (Seal Press), א חלק פון די אינטערנאציאנאלישע דרוקער, Hachette Book Group. זיי זענען איינע פון די "גרויסע-6" די גרעסטע אלגעמיינע דרוקערייען.

די בוך איז געשטעלט אלס אן "ערציאונג" מעשה, געווידמעט בעיקר אויף עבי'ס אינגע יארן אין חסידישען וויליאמסבורג, און שפעטער אין די וויזניצער ישיבה אין קייאמישע לעיק (גיבערס). וואו מען קען ליינען דא, רעדט די בוך אויך וועגן עבי'ס רעבישער אפשטאם.

מען קען די בוך באקומען אין אלע אלגעמיינע געשפטען, און אויך אויף עמעזאן: https://www.amazon.com/gp/product/1580059163
אויף עמעזאן די בוך איז שוין היינט די #1 בעסט סעללער (רב מכר) אויף די טעמע פון "חסידיזים".
Becoming Eve Wiki Image.jpg
די שער פונעם ספר (פונעם ענגלישען וויקיפעדיע)
Becoming Eve Wiki Image.jpg (8.14 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 9:05 pm

אסאך פין די וואס פארען אפ חלומען פין מאכן א בוך וואס וועט זיי ברענגען כבוד און געלט. ב"ה אז איינער איז עס געלונגען. יעצט דארף מען ליינען וויפיל ליגענט ער/זי האט דארט געמוזט אריינלייגן.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2298
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1202 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:42 pm

וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 697 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:58 am

רימון האט געשריבן:וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.


גוט געזאגט. עס פארגייט פשוט די אפעטיט צו ליינען רוב ביכלעך נאכן זעהן ווי מען קען שרייבן וואס מען וויל אן דעם וואס איינער פון די שרייבער, רעדאקטארן וכו זאלן אפילו וויסן וואס זיי שרייבן. ער גייט שוין ארום א לאנגע צייט האלטן דרשות מיטן זעלבן טיטל און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט "וואס מיינט דו ביזט געווען א ראביי?" "ווי אזוי האסטו באוויזן צו ווערן א ראביי פאר די ניינצן?" "ווי אזוי האבן דיינע חסידים, קאנגרעגענטס אדער וואטעווער רעאגירט ווען דו האסט זיי איבערגעלאזט?" איך רעד דאך שוין נישט אז אויף זיין געוועזענע בלאג יעקב אבן האט ער געשריבן זאכן וואס זענען זיך סותר מיט זיין יעצטיגן נערעטיוו. איך וויל נאר וויסן, אז אזעלכע פשוטע ליגנטס קען מען פארקויפן, ווי אזוי קען מען גלייבן רוב ביכער?
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 2:00 am

אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 535
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 376 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

הודעהדורך אדונינו » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:34 am

לבי ובשרי האט געשריבן:אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט

אין ענגליש הייסט חוה Eve.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 7:58 pm

און וויזוי הייסט קראנקע זכר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5685
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2586 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 6:30 am

עס איז א קליינקעפיגקייט פון מענטשן נישט צו קענען אקצעפטירן קיין חידושים.

עיבי חוה שטיין (האלט אז זי) איז כהיום א פרוי, זי טוט זייער פיל זיך אליין צו מאכן שפירן גוט און צו ברעכן די אנגענומענע סיסטעם פון אראפקוקן און באקריוודען טרענסדזשענדערס. יעצט האט זי ארויסגעגעבן א בוך פון איר לעבנסביאגראפיע וואו צווישן אנדערע זאגט זי אז זי איז געווען א ראביי (וואס איז נישט ווייט פון אמת, זי איז געווען א שטיק צייט א שטעלפארטרערטער מגי"ש אין ישיבת בית הלל אין מאנסי ווי אויך האט זי געלערנט מיט בחורים אין גיבערס בחברותא) און אז זי איז זייער פרייליך פון די וועג וואס זי האט זיך אויסגעקליבן.

דא אין דעם אשכול האט מען באריכטעט אז זי גיבט ארויס די ביכל, וועמען גייט אן וואס איר האלט איבער די טרענסדזשענדער נושא בכלליות? מען איז נישט דן דא טרענסי'ס מען רעדט פון די ספעציפישע ביכל וואס איז היינט ארויס.

בדרך אגב: חוה שטיין האט גאר אסאך אויפגעטון אין איר הינזיכט וואס זי שטופט און פראקלאמירט, זי איז אין א געוויסן זין א גרויסע היר"א, ווייל זי האט איבערגעלעבט אומדערטרעגליכע היע"ט פון איר פאמיליע און פון אירע באקאנטע, ספעציעל געהערנדיג צו די רבי'שע קרייזן, און הערט אייך ביטע אויף משוגע מאכן, זייט אקצעפטירנד און אפענע קעפ.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך פערינא » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:00 am

מרס. שטיין איז א זשעני. זי"י האט אונטערגעצינדן א מערכה צו זי"י איז געווען א ראביי, אבער ווי ס'שיינט איז יעדער דא מסכים א לעדי איז זי"י. געוואלדיג.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 251
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 2:25 pm

יא לעדי, נישט לעדי, איינעם גייט עס אן? איז בכלל נוגע פאר נארמאלע מענטשן וואס גענוי זי איז?
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 4:06 pm

יעצט קען זיי צוריק טוישן און ווערען א זכר, און זיך רופען אדם, און ארויסגעבן חלק ב' פין איר ביכעל, ווערען אדם, אדער נעשה אדם.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2298
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1202 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 4:11 pm

וואו איז דער בעש"ט?

111 (2).jpg
111 (2).jpg (25.93 KiB) געזען געווארן 1958 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7347 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 4:23 pm

כ'זעה אז ס'הערשט אביסל א מיספארשטענדעניש צווישען די פארשידענע צדדים, איז, לאמיר קלאר מאכן: קיינעם גייט גארנישט אהן און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין וועלכע מין זיי ווילן (אנטשולדיגט נישט געשריבן זי"י מיט שטרעכלעך)
די נקודה וואס @רימון האט ארויסגעברענגט און מאנכע האלטן ווי עם צוגלייך, אז ס'פארהאן אזוינע מענטשן וואס ווען דו רעדסט מיט זיי צוויי מינוט כאפסטו גלייך אז ער איז א מגזם, נישט אז ער זאגט ממש ליגנט ח"ו, אבער ער לייגט א דגוש אויף זאכן מער ווי זיי זענען מודגש באמת, ער'ז גורע און מוסיף כאוות נפשו וכרוחב דמיונו, און ועל כולנה לייגט ער זיך אלס אין סענטער פון די ענינים (דעס איז אלעס איין שניט מענטש) ווי למשל "פרעג נישט וואס איז דארט געווען" און ממש "יעדער איינער איז צוגעקומען צו מיר" "איך האלט אין איין צוריק הערן פון מענטשן ווי מעכטיג ס'געווען", וכן הלאה על זה הדרך. אפי' אויב איין מענטש האט גערעדט צו עם פילט ער ביי זיך ווי "יעדער" רעדט צו עם, און ווען ער הערט עפעס פון איין מענטש ווערט עס אז ער האלט אין איין הערן, וד"ל.
לעניננו, שטיין איז געווען א שטילע היימישע יונגערמאן וואס האט אויסגעקליבען א אנדערע מהלך - דעפינעטלי א חידוש וואס איז ווערד צו באשריבן ווערן, אבער ווי ס'שיינט פון די דעקל איז משמע אז זאכן ווערן ארויסגענומען פון פערספעקטיוו, פשוט לתועלת הענין צו מאכן די זאך מער פארביג ווי ס'איז. אין די צייט וואס ער איז געווען א לייטישער ישיבה בחור און כולל יונגערמאן וועט ער זיך אבער אנגעבן אלס א "ראביי" וואס געט אביסל דעם רושם פאר א דרויסנדיגער אז מ'רעדט דא פון איינער וואס איז אויף הרב אפרים וואקסמאן'ס בלעטל אדער פילייכט ווי בורשטינער רבי. ולפי זה, וועט זיין גאנצע געשיכטע לויפען אויף דעם מהלך. אויב האט ער אמאל צוריק געהערט א רמז קל פון עפעס א דריטע קאזין (ווייל פון זיין משפחה האט ער מן הסתם כמעט גארנישט געהערט דירעקט נאכ'ען זיי פארלאזען אויף אזא שענדליכע אופן) בנוגע זיין טויש, וועט ער דעס באשרייבן אלס "שרעקליכע היעט" וואס ער האט געליטן און געכאפט פון זיין "אייגענע משפחה".
ווייל אין די מינוט וואס אזא מענטש איז דא דיר צו פארקויפען עפעס און דיך משכנע זיין אז דו זאלסט קויפען זיין געשיכטע, וועט ער נישט זשאלעווען קיין גוזמאות כיד ה' הטובה עליו, און מיט אביסל רעכט, ווייל אויב ער זאל שרייבען נאר דברים כהוייתן וואלט עס געווען א דינע קונטרס'ל פון דריי עמודים. טא וואסזשע טויג דיר דעם גאנצן ביכל. פאר א נאוועל איז עס גוט, אבער פאר היסטארישע פאקטען גלייבט זיך שווער אז מ'קען בויען אויף זיינע ווערטער.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:09 pm

כ'האב אנגעהויבן לייענען דעם בוך. דריי הערות:

1. וואו שרייבט דער בעש"ט אליין אין א "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו אז ער האט געלערנט מיט אחיה השילוני? מיר האט זיך געדוכט אז דער ערשטער מקור איז פון זיין תלמיד אין "תולדות יעקב יוסף".

2. ס'איז מיר א חידוש צו ליינען וואס עבי שרייבט אז hernia הייסט אין אידיש א "בראך", פונעם לשון אוי א בראך! א disaster! מיר האט זיך געדוכט אז ס'הייסט א בראך ווייל מוסקלען ארום דעם בויך ברעכן אונטער, פשוטו כמשמעו.

3. פארוואס האט עבי'ס מאמע אנגעטון די שווארצע שטרימפ נאכדעם וואס איר קינד איז אראפ פון דרך, אויב הג"ר אברהם לייטנער האט גע'פסק'נט אז גרויע שטרימפ איז גאר מער צניעות'דיג?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10021 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:12 pm

פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:33 pm

בת קול האט געשריבן:פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.
וואס איז לגמרי שקר! זיין טאטע איז נישט קיין רבי און זיין זיידע איז נישט קיין רבי, נישטא גארנישט וואס איבער צונעמען, זיין טאטע האט געלייגט אויף איהם די זעלבע האפענונג ווי אויף אלע אנדערע קינדער
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:40 pm

איר טאטע איז פאלטישאנער רב אין בארא פארק.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:46 pm

מאך זיכער האט געשריבן:איר טאטע איז פאלטישאנער רב אין בארא פארק.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F

דאס איז זיין/איר זיידע. זיין/איר טאטע איז ניטאמאל ממלא מקום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מפיל קינד אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

הודעהדורך שמעי' » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:47 pm

דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
שמעי'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:47 pm

שמעי' האט געשריבן:דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

א לעצטיגע זאך. אין יענע יארן האט ער דאס אויך נישט געהאט.
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:09 pm

ראובן האט געשריבן:1. וואו שרייבט דער בעש"ט אליין אין א "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו אז ער האט געלערנט מיט אחיה השילוני? מיר האט זיך געדוכט אז דער ערשטער מקור איז פון זיין תלמיד אין "תולדות יעקב יוסף".

נאך א קייט אין די רינגעלע פון זיינע שקרים! די בעל שם הקדוש זי"ע שרייבט אין זיין באקאנטן "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו צו זיין שוואגער רבי גרשון קיטוב'ער און איך ציטיר:
בר"ה שנת תק"ז ל' עשיתי השבעת עליית הנשמה כידוע לך וראיתי דברים נפלאים במראה כי הס"ם עלה לקטרג בשמחה גדולה אשר לא הי' כמוהו ופעל פעולתיו גזרות שמד על כמה נפשות שיהרגו במיתות משונות ואחזתני פלצות ומסרתי ממש נפשי ובקשתי ממורי ורבי שלי שילך עמי כי סכנה גדולה לילך ולעלות לעולמו' העליונים וכו'

חסידים האבן אנגענומען אז דאס גייט ארויף אויף אחיה השילוני, געבויעט אויף דעם וואס די הייליגע תולדות שרייבט אז אחיה השילוני איז געוועהן די רבי פונעם בעש"ט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:22 pm

ראובן האט געשריבן:3. פארוואס האט עבי'ס מאמע אנגעטון די שווארצע שטרימפ נאכדעם וואס איר קינד איז אראפ פון דרך

נאך א ליגענט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:31 pm

איך האב יעצט געענדיגט ליינען. Truly inspirational.

Definitely recommend it.

א זייטיגע פוינט- סאיז גאר פאזיטיוו איבער זיין יוגנט און משפחה.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

הודעהדורך או אינו » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:41 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:וואו איז דער בעש"ט?

111 (2).jpg
Unfortunately Sometimes it's dead, and that's part of the quote!
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:04 am

בת קול האט געשריבן:איך האב יעצט געענדיגט ליינען. Truly inspirational.

Definitely recommend it.

א זייטיגע פוינט- סאיז גאר פאזיטיוו איבער זיין יוגנט און משפחה.

בערך'דיג קענסטו מסביר זיין וואס די עיקר נקודה אין די ביכל איז?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 495 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron