הקטן האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט על הגאולה?
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ר' סענדער דייטש ז''ל אין זיין ביכעל בוצינא קדישא טיילט מיט גאר אסאך אינטערסאנטע פאקטן איבער דאס שרייבן , און ווארפט א ליכט איבער דאס גאנצע ענין.
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ר' סענדער דייטש ז''ל אין זיין ביכעל בוצינא קדישא טיילט מיט גאר אסאך אינטערסאנטע פאקטן איבער דאס שרייבן , און ווארפט א ליכט איבער דאס גאנצע ענין.
דורך מצלמה » מאנטאג אפריל 06, 2015 11:43 pm
... זיין ידידות האט ארויסגעשטארט צו סאטמאר פון אלטן סאקמיר רב זצ"ל וואס האט אויסגעקליבן צו שיקן די הייליגע ספרים ויואל משה און על הגאולה מגיה צו זיין - מבהיל הרעיון.
הרב וואזנער איז געווען אינגער פון רבי'ן מיט אומגעפער 35 יאר, דער רבי וואלט געקענט באלד זיין זיין זיידע, און דער רבי האט צו אים געשיקט מגיה זיין זיינע הויפט ספרים בהלכה והשקפה.
הרב וואזנער האט געמאכט שינויים, און דער האט אנגענומען זיינע מערקווירדיגע, מאניומענטאלע הגהות, בדברים הנוגעים ברומו של עולם - יש למנוע מלילך לכותל - ועוד!...
דורך dim » דינסטאג אפריל 07, 2015 12:59 am
גראדע האב איך פונקט היינט געהערט פארקערט,
אז איינע פון די אייניקלעך האבן פארציילט אז ער האט געוואלט מאכען עפעס א שינוי, און די רבי האט נישט געלאזט
דורך רמונים » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:38 am
דער רבי האט געגעבן דעם ויואל משה פאר יעדן רב תלמיד חכם וואס ער האט געהאט שייכות דאן, איבערצוקוקן און זאגן הערות, און זיך געפרייט און מקבל געווען הערות. אין די צווייטע דרוק איז טאקע דא זאכן צו געקומען און געטוישט געווארן...
דורך שטארק זיך » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:03 am
ביידע אמת, געווען שינויים וואס דער אבי האט יא געמאכט, און אנדערע וואס ער האט נישט.
דורך קרוץ מחומר » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:04 am
אזוי פארציילט אויך ר' שמואל דוד פר"מ אויף קול מבשר אז די רבי האט נישט געמאכט דעם שינוי.
דורך מצלמה » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:18 am
הרב וואזנער אליין איז מער באגלייבט ווי הרב ש.ד. פריעדמאן - אזוי קלער איך.
הרב וואזנער זאגט אז ער האט מגיה געווען - און דער רבי האט עס אקצעפטטירט ואשרי הדור שהגדולים נשמעים לקטנים - לשונו הזהב של בעל שבט הלוי.
דורך מצלמה » דינסטאג אפריל 07, 2015 12:54 pm
וועלכער רב ווייסט איר אז דער רבי זצ"ל האט אים געשיקט מגיה זיין דעם ויואל משה?
איין רב ביטע מיט א מקור!
דורך צווייפעל » דינסטאג אפריל 07, 2015 12:59 pm
ווייצענער רב, א דבר ידועה.
דורך טיפיקעל » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:05 pm
הרב הירשפרונג
דורך אני השפל » דינסטאג אפריל 07, 2015 1:07 pm
שמעתי מפ''ק פון הרב וואזנער זצ''ל אז ''רבי יואליש האט אקצעפטירט מיינע הערות'' איך האב עס רעקארדירט.
דורך מצלמה » דינסטאג אפריל 07, 2015 2:16 pm
פאר הרב הירשפרונג האט דער רבי געשיקט די תשובה, נישט מגיה צו זיין. נאר מאמר לשון הקודש האט דער רבי "געשריבן" פאר אים.
דורך צווייפעל » דינסטאג אפריל 07, 2015 2:50 pm
... ווייצענער רב איז געווען לכאו' פון די איינציגע רבנים (אויסער ר' נתן יוסף וכדו') וואס דער רבי האט מיט אים דורך געטון דעם ויואל משה, (נישט סתם מגיה געווען), סאיז מפורסם אסאך זאכן הן שנתנו לדפוס והן שלא נתנו לדפוס וואס דער רבי האט זיך מפלפל געווען מיט הרב מווייצן, אפס קצהו תראה בספר 'אביר הרועים' שיצא לאור לאחרונה ערך הרב מווייצן.
ושמעתי הרבה ענינים ג"כ מבנו, האב"ד סיגעיט שליט"א.
גראדע רב וואזנער איז מיר א חידוש, קיינמאל נישט געוויסט אז דער רבי האט אים געגעבן דעם ויואל משה אויך, ואם קבלה הוא נקבל.
דורך מצלמה » דינסטאג אפריל 07, 2015 2:56 pm
כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז דער רבי האט עס געשיקט פאר ווייצענער רב. און אביר הרועים איז ערבא ערבא צריך, וד"ל.
דורך פאמיליעמירעלס » דינסטאג אפריל 07, 2015 7:44 pm
... ווי אנדערע האבן שוין געזאגט האט עס סאטמאר רב געוויזן פאר מערערע רבנים אין יענע צייט, קאפישער רב, ווייצענער רב איז ידוע, נאך אסאך רבנים, אדער סתם תלמידי חכמים ווי ר' נתן יוסף וואס האט אסאך צוגעלייגט, און דער רבי דערמאנט כמה פעמים, שוב הראוני, חכם אחד וכדומה, ער האט געוואלט ווי מער הערן און זען, ער האט געשיקט בארגן ספרים ביים קאזליווער סענפעטערער ר' פישעלע זז"ג.
און יענע יאר ווען ער האט געענדיגט דעם ספר זומער תשי"ט איז ער געווען אין ארץ ישראל און דעמאלט פארברענגט מיט הגאון הרב וואזנער (ס'דא שיינע בילדער פון דעמאלט) און האט עס אים אויך געוויזן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט