אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

הודעהדורך כרם זית » זונטאג יולי 12, 2020 4:37 pm

איך האב מיך לעצטנס איינגעהאנדלט א ביכל'ע מיטן נאמען הגדולים - אישים שעיצבו את פני היהדות החרדית בישראל. די ספר טוט דורך די לעבנס און שיטות פון איבער צוואנציג גדולים, וועלכע זענען אחראי אויף די אויסשטעל און שיטות פון די היינטיגע אזויגעריפנע חרדיש'ע לעבנסשטייגער. די ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך עטליכע פרופסורן אין ערע פון פרופסור מנחם פרידמן, אזוי אז יעדע גדול ווערט באשריבן דורך אן אנדערע פרופסור.
אויזער די עצם ארייגיין אין די ביאגראפיע און די שיטות פון די גדולים זעלבסט, שרייבן זיי אן אריינפיר איבער די מושג ''גָדל'' און ''דעת תורה'', ווען און ווי אזוי עס איז אוועק געשטעלט געווארן. זיי גייען אויך אריין און די אנגענימנע דרך פון חרדישע ביאגראפירער נישט צו שרייבן וועגן גדולימ'ס דורכפעלער און נסיונות, און דערמאנען בקיצור די פולמוס איבער די ספר Making of a Godol.

צווישן די בלעטלעך פון די ספר האב איך זיך אנגעשטויסן און היפש אינטערעסאנטע פאקטן פון אינזערע גדולים וועלכע זענען געווען א חידוש פאר מיר. איך וועל פראבירן מיט ג-ט'ס הילף אראפצוברענגען די שטריכן וועלכע זענען געווען פאר מיר א חידוש, וועלכע איר האט אפשר אויך נישט געוויסט דערפין. איך וועל דורכלויפן די ספר פון אנהייב ביז צום סוף און ציטירן די אינטערעסאנטע ענינים פאר די חברים דא.

אין די ערשטע באשרייבונג איבער דער חתם סופר, דורך מעוז כהנא מח''ס מהנודע ביהודה להחתם סופר, ברענגט ער אראפ אן אנגעבליכע בריוו וואס די בעלי בתים פון פרעשבורג האבן געשריבן פארן חתם סופר נאכדעם וואס ער איז אויסדערוועלט געווארן אלס רב אין שטאט אבער פאר זיין אנקומען, ווי זיי פארלאנגען פון אים נישט מחמר צו זיין אויף זיי מיט קנאישע פסקים ווארום זיי מיזן זיך צושטעלן צו די גוים וויבאלד זייער פרנסה איז אנגעוואנדן אין זיי:

שמענו את שמעך כי איש חכם אתה [...] במקל נועם תרעה את העם הזה [...] אך אם מקל חובלים תשים בידך אנחנו נחלץ חושים נעמוד בפרץ ולא יכילו אנשי בריתך לעמוד בקיצפינו [...] דאז כאן מקום פ''ב [פרשבורג] אונזער רוב משא ומתן מיט סוחרים אשר לא מבני ישראל המה ועם שרים וגדולי המדינה בעשטעחט מחמת זה זינד כמה וכמה ממנו געצוואונגען, ללבוש במלבושים מכובדים כיתר העמים לגלח שער הראש והזקן אף בימי המועד והספירה, נשינו ובנותינו נותנות בפוך עיניהם פאה נכרית בראשיהם תלכנה אנה ואנה, אלו להנהיג הזמן ואלו לפרנסת אנשי ביתם. והדברים והמנהגות האלה ווען זיא אויך בעיני מו''ר ניכט גאנץ כהוגן זיין זאלטען, לאזען זיך כאן בעיר גדולה כזאת ניכט ענדרן [...] ולא להוסיף מצוות כחומרא המקום שיצא משם וכדומה מסייג לסייג אך אם תפנה ותשמע לקול מלחשים אנשים חסרי מדע ובני בליעל לייסר אותנו בעקרבים או להכביד את עולינו בדברים אשר לא נהיה, או אש יהפך לבבנו ואש המחלוקות תמיד בעם ה' [...] ואשר יש להם כח לעמוד בחצר המלך, צרור הכסף יקחו בידם וישימו על העיר ואתה תעמוד מנגד ותכלה, והכסף יענה את הכל.


די בריוו, געשריבן מיט זיין פראסטן חוצפה'דיגע אומצווייטדייטנע שפראך, פארן נייעם רב וועלכע איז ניטאמאל אנגעקומען אין שטאט, גייט זיכער אריין בגדר חידוש און איז כדאי אראפצוברענגען. עס וואלט אבער אינטערעסאנט געווען צו אנמערקן אז דאס קען אפשר זיין די תירץ פארוואס אין תשובה איז דער חתם סופר מתיר פאה נכרית, אבער אין צואה אסרט ער עס פאר זיין משפחה. (אבל יש לעיין בזה דהמכתב מבקש דלא יאסור גילוח בחול המועד, אבל בתשובה אוסר.)

אין די נעקסטע באשרייבונג איבערן חפץ חיים, געשריבן דורך בנימין בראון, איז מיר געווען א חידוש די פשוט'ע עבדה'לע וואס זאגט גאר אסאך.

ווען דער חפץ חיים האט פארלוירן זיין ערשטן רעבעצין, האט ר' הלל מלאפיס שטארק געוואלט אז זיין טאכטער זאל חתנה האבן מיטן הייליגן ח''ח. עס איז אבער געווען א שטיקל פראבלעם, דער ח''ח איז געווען איבער דרייסיג יאר עלטער פון איר, און דאס האט זייער באזארגט די מדברת. ווען זיי האבן זיך געטראפן די ערשטע מאל אין די באן סטאנציע צווישן ביאלסטוק און ראדין האט איר דער ח''ח באראיגט זאגנדיג (כברענג עס אראפ אין לשון הקודש בלשון בנימין בראון): "אשה יקרה, אין לי שום דבר מה להבטיח לך, אבל דבר אחד אני יכול להבטיח לך, שכל מה שאשה יהודית מקבלת - תקבלי גם את". די ריינע תמימות'דיגע ווערטער פונעם גרויסן אידישן הארץ האט מיר מוראדיג באנומען.

המשך יבוא אי''ה
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג יולי 12, 2020 5:27 pm

אינטערעסאנט.

דער חת"ס האט אינמיטן וועג באקומען א בריוו, אז ער זאל אינגאנצן נישט קומען אויף פ"ב.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7578 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג יולי 12, 2020 5:31 pm

איך וויל זיך באדאנקן פאר דיינע רעצענזיע. איך ליין נישט צו גוט עברית אבער ווען איך באקום א סך הכול אין אידיש אדער ענגליש וועגן א בוך און די טאפיק אינטערעסירט מיר, גיט מיר די הקדמה/רעצענזיע די מעגליכקייט עס צו ליינען און מיט האלטען די תוכן. איך גיי מיר איינהאנדלען דער ספר און איך האף אז די וועסט ממשיך זיין דא מיט די אשכול. א דאנק לשעבור און אויף להבא.

אן אנדערע מאל האט מיר מארק שפירא שטארק געהאלפן מיט זיינע רעצענזיעס אויף רב קוק ספרים אויף ספרים בלאג און ענגליש.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

Re: אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

הודעהדורך מארמאראשער » זונטאג יולי 12, 2020 9:31 pm

וועלעכע 20 גדולים באשרייבט ער?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג יולי 12, 2020 10:50 pm

א גרויסען דאנק כרם זית פארן שיינעם אשכול.
איך וויל מעיר זיין אז די בריוו וואס הרב נבנתה עיר לייגט צו, איז לכאורה די זעלבע וואס ווערט געברענגט אין ספר ״הגדולים״ וואס כרם זית דערמאנט, נאר די נוסח וואס ונבנתה שרייבט שטייט אין ספר חוט המשולש און אין ספר לקוטי חבר בן חיים, ביידע פון זיי שרייבען אז ווען דער חת״ס איז געווען אין שטאט פארנדארף (אין לקחב״ח שטייט פאזענדארף) אויפן וועג קיין פרעשבורג איבערצונעמען די רבנות, איז אנגעקומען צו אים א בריוו פון פרעשבורג אז ער זאל נישט אהינקומען היות ״כל הבני תורה אשר היו בתוכם גאונים מופלגים כמעט כלם מתנגדים לו״ - לשון הלקחב״ח. נאכן ליינען דעם בריוו איז דער חת״ם געווען צעמישט וואס צו טוהן, פלוצלינג זעט ער שטיין לעבן אים זיין ידיד פון דרעזניץ הרב החסיד המקובל רבי מרדכי ברודא און ער האט אים געזאגט ידידי היקר האב נישט מורא פון די חברה וואס האבן דאס געשריבען, גיי אהין והשם יהיה עמך. למעשה ברענגען די צוויי ספרים נישט אראפ די לשון פונעם בריוו, נאר שרייבען אזוי בעל פה.

אין שנת תרצ״ח האט הרב יוסף הכהן שווארץ פון גרויסווארדיין ארויסגעגעבן דעם ספר זכרון למשה וואס האט אין זיך אונטערסאנטע בריווען פון גדולי ישראל בשבחו פונעם חתם סופר, איז דא דארט א בריוו פון הגאון רבי חיים עהרענרייך א זוהן פונעם שימלויער רב זצ״ל. ווי ער שרייבט צום סוף פונעם בריוו: גם הנני שולח לו המכתב שערכו אינשי דלא מעלי מפר״ב למרן הגאון זצ״ל שלא יבא שמה כי לא יהי׳ יכול לנהל את הרבנות עם חסידיתו.. והנה בספר חוט המשולש מזכיר רק כי באמצע הדרך בנסעו ממט״ד נמסר לו אגרת אבל מ״ש בתוכו איננו מביא, ואנכי ראיתי גוף המכתב ונמצא פה עירינו אצל הרבני הישיש.. מו׳ דוד שטיינשניידער והוא פלא, וזהו פתשגן הכתב..
און ער ברענגט אראפ די גאנצע בריוו וואס כרם זית ברענגט נאר א חלק דערפון, צום סוף חתמ׳נען זיי אונטער בשם ״קהל עדת ישורין״.

ווי עס קוקט אויס זענען די כותבי המכתב געווען די משפחה פון הרב זלמן לייב גרינספעלד, וואס זיי זענען נישט ממש געווען משכילים אבער יא געווען מער מאדערן ווי אנדערע אין שטאט, דער הרב גרינספעלד האט געוואוינט אין פרעשבורג און איז געווען אן איידעם ביי ר׳ וואלף טעהבן וואס איז געווען א עשיר און פון די פרנסי הקהילה, ר׳ וואלף האט געהאט א ברידער ר׳ קאפל טעהבן וואס איז געווען מקורב למלכות, די משפחה פון הרב גרינספעלד האט נישט געוואלט הערן פונעם חת״ם און נאר געוואלט הרב גרינספעלד אלץ רב. פרעשבורג האט נישט געהאט קיין רב פון שנת תקס״ב ביז תקס״ז, ווייל עס זענען געווען חלוקי דעות וועם אויפצונעמען, צום סוף האט מען געמאכט א גורל און דער חת״ס נאמען איז ארויסגעקומען, אבער אפי׳ דערנאך האבן די אויבנדערמאנטע חברה נישט אויפגעגעבן ביז ער איז ממש אנגעקומען אהין און זיי געוויזען אז ער מיינט ביזנעס..
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג יולי 13, 2020 2:23 pm

מארמאראשער האט געשריבן:וועלעכע 20 גדולים באשרייבט ער?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk


עס איז מיר שווער אויסצורעכנען כרוכלא, אבער דורך אויס די המשכים האף איך צו דעקן אלע גדולים.

אזויפיל קען איך זאגן אז זיי דעקן ממש אלע היימישע גדולים. פון סטמר ביז ליובאוויטש. ר''א קטלר והרב שך. ר''ש וולבה, ר''ש זלמן, הרב אלישיב והסטייפלר. ר''א דסלר ועוד ועוד.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך גבור חיל » דינסטאג יולי 14, 2020 11:22 am

קודם כל א גרויסן דאנק הרב כרם זית פאר דעם אשכול.

און עס איז אינטערעסאנט אן צו מערקן, אז אינעם ספר "חכמי הונגריה" פונעם באקאנטן היסטאריקער און שריפטשטעלער אנבאלאנגט דעם אידישן היסטאריע פון אונגארן און טרנסילבניה ר' יצחק יוסף כהן ז"ל שרייבט ער ווי פאלגענד אויף עמוד 280:

זמן קצר לאחר החגים ביום ג' לך תקס"ז הופיע ר' משה סופר בפרסבורג. כמה ימים לפני כן, בדרכו לפרסבורג, בשהותו באכסניא בכפר פארנדורף, הגיע אליו מכתב פנייה מחוג של לומדים ובו הם דורשים שלא יבוא לפרסבורג. הדבר הביאו במבוכה רבה, פנייה נוספות אליו הופנתה, כנראה ימים אחדים לאחר בואו לפרסבורג, מבני חוג אחר, שהשפעת ההשכלה כבר ניכרה בביתם. היו אלה סוחרים אמידים שהיו להם קשרים הדוקים, מסחריים בעיקר אך גם חברתיים, עם אוכלוסייה לא יהודית, כולל השלטונות, לפיכך הם נאלצים "ללבוש מלבושים מכובדים כיתר העמים, לגלח שער הראש והזקן אף בימי המועד והספירה, נשינו ובנותינו נותנים בפוך עיניהם, פאה נכרית בראשיהם". ואף אם אין הדבר לרוחו של הרב החדש, אין הדבר ניתן לשינו. הם הוסיפו שלפי מנהג המקום אין הרב מפקח על מעשי הבעלי בתים ותפקידו אינו אלא "להרביץ תורה ללמד לעם דרך ה' בדרכי מוסר השכל ולהורות בדין אסור והיתר". כלומר, אינם מתנגדים לרב בתנאי שידע את מקומו, לא יתערב בעניינם ויתעלם ממעשיהם, אף אם פגומים הם בעיני הרב. בתנאים אלה הם מוכנים לתמוך בו. הם מזהירים את הרב בראשית דרכו, שלא יושפע מן היסודות הקנאים בקהילה, המתנגדים להם. בעיני חוג זה הקנאים אינם אלא "אנשים חסירי מדע ובני בליעל הלובשים אדרת שער למען כחש, ליסר אותנו בעקרבים להכביד את עולנו בדברים אשר לא נהי' " אם יאמץ לו הרב את דרכם של הקנאים "או אז יהפך לבנו ואש המחלוקת תמיד בעם ה' אלה".


ווי ער שרייבט איז געוועזן צוויי באזינדערע בריוון פון צוויי אנדערע חוגים.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים" - צווייטע חלק

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 9:39 am

המשך

אין די קומנדיגע פרק, געשריבן דורך שי עקביא ווזנר, ווערט באשריבן דער גאון ר' חיים סולובייצ'יק. פארשטייט זיך אז דער פרופסור גייט אריין אין א לענגערע אפהאנדלונג וועגן די דרך הלימוד פארשפרייט דורך ר' חיים; די היסטאריע דערפין, די התנגדות דערצו, און די שטארקייט פון די דרך הלכה למעשה.

אויף די מהות פון ר' חיים ברענגט ער אראפ צוויי קעגנזייטיגע לעגענדעס. צום ערשט דערציילט ער אז ר' חיים פלעגט צומאל פון גרויס פארטראכטקייט און עלויש'קייט אפווישן זיין נאז אין זיין רעקל. ווען זיין ווייב האט זיך באקלאגט דערויף צו איר שווער (דער בית הלוי), האט ער איר געזאגט אז עס איז גארנישט דא וואס צו טון, דאס איז ר' חיים.
למעשה אבער טענה'ט ער בשם ר' נתן קמינצקי אז די מעשה איז נישט מסתבר ווייל אדרבה, ר' חיים איז גארנישט געווען קיין בטלן, ער איז געווען בקי בהוית העולם, און עס זענען גאר געווען וועלכע האבן געוויסט צו דערציילן אז ער פלעגט ליינען די המליץ בסוד.

און ווען מרעדט וועגן ר''ח'ס מהות קענען מען אודאי נישט פארגעסן פון זיין גוטסקייט צו די מענטשהייט, וועלכע האט זיך אפגעשפיגלט אין אסאך ענינים אין זיין לעבן. ווען א יודישע מיידל איז ליידער שוואנגער געווארן בעפארן חתונה, דאן וואו האט זיך די פארשעמטע מיידל געדרייט, און וואו האט זיך די קינד, נאכן געבורט געדרייט? ביי ר''ח אין שטיב.
אפילו צו מענטשן וועלכע ער איז נישט געווען איינשטימינג מיט זייערע מיינונגען האט ער זיך באנומען מיט רעספעקט. ווען אין ווילנא איז בשנת 1905 (תרס''ה) פארגעקומען אן אסיפה למען הכלל, האט ר''ח פארלאנגט אז מזאל אויך איינליידנען א געוויסע עסקן, כאטש וואס דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געווילט, צוליב יענעמס ציוניסטישע איינשויאונגען.

חיים סולובייציק.jpg
ר''ח ארומגענימען מיט צעבראכנע אידן וועלכע זענען געגאנגען פון א יונגע עלטער אין מיליטער דינסט

און טאקע די צוגעלאזנקייט פון ר''ח האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די מחלוקות צווישן די צווי גדולים, ר''ח און דער נצי''ב. וויבאלד ר''ח האט מיט זיין ווארעמקייט אויסגעהערט און מחזק געווען די יונגע לומדים, וואס דאס האט זיי אוועקגעפירט פון דער ראש ישיבה דער נצי''ב. ר''ח פלעגט ארויפלייגן זיין האנט אויף די איקסלן פון די יונגע בחורימלעך, די יונגע וואלאשינער תלמידי חכמים, שפאצירנדיג מיט זיי רעדנדיג אין לערנען. אויף אזוי ווייט אז דער נצי''ב וועלכע האט נישט געהאלטן פון ר''ח'ס דרך הלימוד, האט זיך אויסגעדריקט, ''ר' חיים בצוארו ויעסוק בתורה?'', א ווערטערשפיל פון ''רחיים על צוארו ויעסק בתורה'' (קידושין דף ל).

המשך יבוא
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט