אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1586 מאל

אינטערעסאנטע ציטאטן פון קובץ "הגדולים".

שליחה דורך כרם זית »

איך האב מיך לעצטנס איינגעהאנדלט א ביכל'ע מיטן נאמען הגדולים - אישים שעיצבו את פני היהדות החרדית בישראל. די ספר טוט דורך די לעבנס און שיטות פון איבער צוואנציג גדולים, וועלכע זענען אחראי אויף די אויסשטעל און שיטות פון די היינטיגע אזויגעריפנע חרדיש'ע לעבנסשטייגער. די ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך עטליכע פרופסורן אין ערע פון פרופסור מנחם פרידמן, אזוי אז יעדע גדול ווערט באשריבן דורך אן אנדערע פרופסור.
אויזער די עצם ארייגיין אין די ביאגראפיע און די שיטות פון די גדולים זעלבסט, שרייבן זיי אן אריינפיר איבער די מושג ''גָדל'' און ''דעת תורה'', ווען און ווי אזוי עס איז אוועק געשטעלט געווארן. זיי גייען אויך אריין און די אנגענימנע דרך פון חרדישע ביאגראפירער נישט צו שרייבן וועגן גדולימ'ס דורכפעלער און נסיונות, און דערמאנען בקיצור די פולמוס איבער די ספר Making of a Godol.

צווישן די בלעטלעך פון די ספר האב איך זיך אנגעשטויסן און היפש אינטערעסאנטע פאקטן פון אינזערע גדולים וועלכע זענען געווען א חידוש פאר מיר. איך וועל פראבירן מיט ג-ט'ס הילף אראפצוברענגען די שטריכן וועלכע זענען געווען פאר מיר א חידוש, וועלכע איר האט אפשר אויך נישט געוויסט דערפין. איך וועל דורכלויפן די ספר פון אנהייב ביז צום סוף און ציטירן די אינטערעסאנטע ענינים פאר די חברים דא.

אין די ערשטע באשרייבונג איבער דער חתם סופר, דורך מעוז כהנא מח''ס מהנודע ביהודה להחתם סופר, ברענגט ער אראפ אן אנגעבליכע בריוו וואס די בעלי בתים פון פרעשבורג האבן געשריבן פארן חתם סופר נאכדעם וואס ער איז אויסדערוועלט געווארן אלס רב אין שטאט אבער פאר זיין אנקומען, ווי זיי פארלאנגען פון אים נישט מחמר צו זיין אויף זיי מיט קנאישע פסקים ווארום זיי מיזן זיך צושטעלן צו די גוים וויבאלד זייער פרנסה איז אנגעוואנדן אין זיי:

שמענו את שמעך כי איש חכם אתה [...] במקל נועם תרעה את העם הזה [...] אך אם מקל חובלים תשים בידך אנחנו נחלץ חושים נעמוד בפרץ ולא יכילו אנשי בריתך לעמוד בקיצפינו [...] דאז כאן מקום פ''ב [פרשבורג] אונזער רוב משא ומתן מיט סוחרים אשר לא מבני ישראל המה ועם שרים וגדולי המדינה בעשטעחט מחמת זה זינד כמה וכמה ממנו געצוואונגען, ללבוש במלבושים מכובדים כיתר העמים לגלח שער הראש והזקן אף בימי המועד והספירה, נשינו ובנותינו נותנות בפוך עיניהם פאה נכרית בראשיהם תלכנה אנה ואנה, אלו להנהיג הזמן ואלו לפרנסת אנשי ביתם. והדברים והמנהגות האלה ווען זיא אויך בעיני מו''ר ניכט גאנץ כהוגן זיין זאלטען, לאזען זיך כאן בעיר גדולה כזאת ניכט ענדרן [...] ולא להוסיף מצוות כחומרא המקום שיצא משם וכדומה מסייג לסייג אך אם תפנה ותשמע לקול מלחשים אנשים חסרי מדע ובני בליעל לייסר אותנו בעקרבים או להכביד את עולינו בדברים אשר לא נהיה, או אש יהפך לבבנו ואש המחלוקות תמיד בעם ה' [...] ואשר יש להם כח לעמוד בחצר המלך, צרור הכסף יקחו בידם וישימו על העיר ואתה תעמוד מנגד ותכלה, והכסף יענה את הכל.


די בריוו, געשריבן מיט זיין פראסטן חוצפה'דיגע אומצווייטדייטנע שפראך, פארן נייעם רב וועלכע איז ניטאמאל אנגעקומען אין שטאט, גייט זיכער אריין בגדר חידוש און איז כדאי אראפצוברענגען. עס וואלט אבער אינטערעסאנט געווען צו אנמערקן אז דאס קען אפשר זיין די תירץ פארוואס אין תשובה איז דער חתם סופר מתיר פאה נכרית, אבער אין צואה אסרט ער עס פאר זיין משפחה. (אבל יש לעיין בזה דהמכתב מבקש דלא יאסור גילוח בחול המועד, אבל בתשובה אוסר.)

אין די נעקסטע באשרייבונג איבערן חפץ חיים, געשריבן דורך בנימין בראון, איז מיר געווען א חידוש די פשוט'ע עבדה'לע וואס זאגט גאר אסאך.

ווען דער חפץ חיים האט פארלוירן זיין ערשטן רעבעצין, האט ר' הלל מלאפיס שטארק געוואלט אז זיין טאכטער זאל חתנה האבן מיטן הייליגן ח''ח. עס איז אבער געווען א שטיקל פראבלעם, דער ח''ח איז געווען איבער דרייסיג יאר עלטער פון איר, און דאס האט זייער באזארגט די מדברת. ווען זיי האבן זיך געטראפן די ערשטע מאל אין די באן סטאנציע צווישן ביאלסטוק און ראדין האט איר דער ח''ח באראיגט זאגנדיג (כברענג עס אראפ אין לשון הקודש בלשון בנימין בראון): "אשה יקרה, אין לי שום דבר מה להבטיח לך, אבל דבר אחד אני יכול להבטיח לך, שכל מה שאשה יהודית מקבלת - תקבלי גם את". די ריינע תמימות'דיגע ווערטער פונעם גרויסן אידישן הארץ האט מיר מוראדיג באנומען.

המשך יבוא אי''ה
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר