הג"ר יהודה הערצל הענקין / שו"ת בני בנים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הג"ר יהודה הערצל הענקין / שו"ת בני בנים

הודעהדורך יידל » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:27 pm

חכם השטיבל, הרב יאנקל האט פאריגע וואך זונטאג רעקאמאנדירט הג"ר יהודה הענקין'ס ספר אין ענגליש אויף צניעות "אנדערסטענדינג צניעות". איך האב מיך גלייך באשטעלט דעם ספר אויף עמעזאן, און עס באוויזן דורכצוליינען במשך דעם פארגאנגענעם שבת מדשקה לדשקה. הרב הענקין צייכנט צו כמה פעמים אינעם בוך זיין ספר שו"ת "בני בנים" און דערפאר האב איך די ערשטע זאך מוצאי שבת אפירגעזוכט צו מ'קען באקומען דעם ספר אנליין. איך האב געטראפן אלע פיר חלקים אנליין, און כ'האב נאך אנגעיאגט דורכצולערנען אפאר תשובות פאר סליחות. אט איז חלק א, חלק ב, חלק ג און חלק ד, אלע אויף היברו בוקס.

עס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז הרב הענקין איז א תלמיד חכם יחיד במינו, און זיינע תשובה ספרים האבן אפאר מעלות וואס מ'געפינט נישט אזוי אפט אין היינטיגע תשובה ספרים. קודם איז שטארק ניכר זיין כוחא דהתירא, עד כדי כך אז צומאל קען זיך דוכטן אז הרב הענקין האט גאר אן אגענדע צו מתיר זיין. עס איז אבער דאך ניכר אז די היתרים קומען נישט מכוח קלות הדעת נאר מכוח שיקול הדעת. אויך האט הרב הענקין נישט מורא צו שרייבן זיין דעה אויף געוויסע זאכן וואס אנדערע וואלטן קיינמאל נישט געשריבן אפילו זיי האלטן באמת אזוי. א דוגמא איז וואס הרב הענקין שרייבט צום סוף פון א תשובה אויף מניעת הריון און זייגן ריין (ח"א סימן לא) בזה"ל: "וריבוי הווסתות יש בו הרבה מכשולים לזוגות צעירים היום כמובן וכן רבוי הלידות יתר על המדה ולכן ראוי לפרסם שאינו מצב הכרחי". אזוי אויך האלט זיך נישט הרב הענקין צוריק פון ברענגן א ראיה פון א שטודיע (לגבי יישוב הדעת פון א יולדת אויב איר מאן איז אין צימער, ח"א סימן לג).

א חידוש יחיד במינו זענען די הסכמות וואס הרב הענקין האט באקומען אויפן ספר, ממש פון אלע קרייזן במלוא מובן המלה, אנגעהויבן פון הג"ר משה פיינשטיין און הג"ר מנשה קליין, ביז הג"ר אליעזר יהודה וואלדינבערג (ציץ אליעזר) און הג"ר עובדיה יוסף, און געענדיגט מיט הג"ר אברהם כהנא-שפירא און הג"ר מרדכי אליהו.

זיין צוגאנג צו פסק איז על פי רוב מברר צו זיין די פסק הלכה אנגעהויבן פון די מקורות אין די ראשונים, ביז דעם שו"ע און די נושאי כלים. אין אלגעמיין וועט ער נישט פסק'נען געבויעט אויף מעשה'לעך און עובדות, חוץ ווען ס'קומט צו זיין גרויסן זיידן הג"ר יוסף אליהו הענקין (פוסק הדור אין אמעריקע בעפאר הג"ר משה פיינשטיין'ס צייטן) וואס דאן וועט צומאל די פאקט אז זיין זיידע האט אזוי גע'פסק'נט אים זיין גענוג. אבער אפילו אין אזא פאל וועט ער אויך פרובירן צו ברענגן א מקור צו זיין זיידן'ס פסק. א דוגמא איז זיין תשובה (ח"א סימן ל) געבויעט אויף זיין זיידנ'ס פסק אז געבורט קאנטראל פאר לכה"פ צוויי יאר כדי צו קענען זיך אפגעבן מיטן קינד איז א חלק פון מצות פו"ר און איז מותר לכתחילה. הרב הענקין גיט אן אלס מקור צו זיין זיידן'ס פסק די גמרא אין כתובות סא, א אז מ'קען זייגן א קינד ביז פיר פינף יאר. איי, פרעגט הרב הענקין, מיטן זייגן אזוי לאנג קען מען דאך גורם זיין אז מ'זאל נישט קענען ווערן מעוברת נאכאמאל, ווייל די זייגן האלט צוריק? אלא מאי, אויב עס איז לצורך הולד איז עס א חלק פון פו"ר און עס איז מותר. הרב הענקין לייגט אבער צו אז די היתר איז נאר אויב די מאמע האלט דעם קינד אין דערהיים און ציט אים אויף. אויב אבער שיקט זי דעם קינד אין פלעיגרופ אדער זי גייט ארבעטען איז שוין נישטא די היתר.

נאך אן אינטערעסאנטע תשובה איבער וועלכע כ'האב שוין געשריבן דא, וואו ער איז מסביר די שיטה פון זיין זיידע הג"ר יוסף אליהו הענקין זצ"ל פארוואס דער ערוך השלחן האט בעפארצוג צום משנה ברורה.

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן איבערן מחבר און זיין ספר, אבער כ'וועל עס דערווייל לאזן ביי דעם, כ'וועל נאר צוצייכענען צוויי אינטערעסאנטע לינקס, צו זיין ערך אין וויקיפעדיע און צו א שיינער אשכול אין ספרים וסופרים איבער זיינע תשובות.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4211 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:32 pm

נאכן שרייבן באמערק איך אז יאנקל האט שוין געפאוסט איבער דעם ספר מיט די לינקס צו היברו בוקס.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4211 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 4:19 pm

הערליך שיין, יידל.
ווען איך האב אויסגערעכנט די חילוקים צווישן אמאליגע און היינטיגע ספרי שו"ת האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז אלע היינטיגע שינויים זענען לטיבותא. צום ביישפיל, איך האב דארטן דערמאנט אז אמאל האט מען נישט אזוי מקפיד געווען צו געבן דעם היסטארישן פערספעקטיוו דורך שרייבן דאטומען.
נאך א חילוק וואס איך האב דארטן נישט דערמאנט איז אז אמאליגע תשובות קוקן נישט אייביג אן הלכה מיט לאגיק, נאר מישן אריין א סך פלפול כדי צוצוקומען צו דעם געגארטן פסק. הרב הענקינ'ס תשובות קען מען זאגן אז אין אלגעמיין פארמאגט עס די מעלות סיי פון די היינטיגע און סיי פון די אמאליגע ספרי שו"ת. זיינע תשובות האבן א מאדערנעם טעם, געשריבן צום פונקט אן קיינע פלפולים, און פון דער אנדערער זייט ווייזט ער זיין כוחא דהיתרא, און פארלאזט זיך להקל אויף וכן עמא דבר און לימוד זכות, ווי יידל האט שוין אנגעוויזן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3707 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:13 pm

אינטערעסאנט אז מיט דעם פרט פון היסטארישע פרטים איז הרב הענקין לגריעותא, ער שרייבט קיינמאל נישט קיין נאמען פון קיין שואל, און לאזט אפט אויס נעמען פון גדולים פון וועמען ער זאגט נאך עובדות אדער פסקים, טיילמאל קאנטראווערסיאלע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4211 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט