עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:47 am

עשן הכבשן, השואה סיבותיה ולימודיה‚ מלקוט מחיבורי ושיעורי רבי אביגדור מיללער זצ"ל ע"י דוד הירש מאיער,ברוקלין תשע"ב, רי"ז עמודים - $15.00

א שיינער ליקוט אויף אלץ ארום די וועלט-מלחמה פון א תורה'דיגן פרעספעקטיוו כדרכו פון הרב אביגדור מיללער זצ"ל. די יסודות'דיגע השקפה און די שיינע געדאנקען זענען אויסגעשטעלט אין א שיינעם פארמאט און איז ממש א מציאה פאר אזא ביליגן פרייז.
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך קארל » מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:19 pm

דער דאזיגער ספר איז ארויסגעוואקסן פון א פאלעמיק וואס הרב מאיער האט געהאט מיט יהושע אייבעשיץ, א שרייבער אינעם "אלגעמיינעם זשורנאל". אייבעשיץ האט אין עטליכע ארטיקלען שטארק קריטיקירט הרב אביגדור מילער ז"ל, אויף דעם וואס ער האט זיך געוואגט צו זאגן אז די שואה איז געקומען צוליב דעם וואס די אידן זענען געווען זינדיג. הרב מילער פלעגט א סך דערמאנען זיינע זכרונות פון קאוונע פאר'ן קריג, ווי דער מארק האט אויסגעקוקט אום שבת, און ווי אידן זענען געגאנגען צו דער ארבעט. ער האט געהאלטן אז מ'טאר זיך נישט טועה זיין און מיינען אז פאר דעם קריג זענען אידן געווען אזוי פרום, נאר אז מ'ווייסט דעם אמת וויפיל עס זענען אוועק פון אידישקייט, קען מען בעסער פארשטיין פארוואס דער חורבן איז געקומען.
אייבעשיץ, א געליטענער פון דעם שרעקליכן חורבן, האט נישט געקענט משיג זיין ווי הרב מילער, א איד וועלכער איז געזעסן אין אמעריקע אין לויף פון די שרעקליכע יארן, קען בכלל "מסביר זיין", און פארענטפערן אזא שרעקליכע געשעעניש. ער האט דעריבער אפגעשריבן שארפע ארטיקלען קעגן הרב מילער, און קעגן דעם געדאנק אז מ'קען בכלל ערקלערן פארוואס אזא זאך איז געשען.
הרב מאיער איז דא אריינגעטראטן אין בילד, און האט זיך אנגענומען פאר'ן כבוד פון הרב מילער, און פון זיינע מאמרים איז ארויסגעוואקסן דעם דאזיגן ספר "עשן הכבשן".
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך רואיק » זונטאג מערץ 04, 2012 6:06 am

וואס, די שואה איז געשעהן ווייל אידן זענען געגאנגען צום כותל, ניין?
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך roasted » זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm

גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

-----

רואיק איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.
roasted
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 5:35 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 04, 2012 3:33 pm

roasted האט געשריבן:גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

וואו שרייבט הרב געלדצעהלער קעגן הרב מילער'ס מהלך?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך roasted » זונטאג מערץ 04, 2012 3:35 pm

שמעתי אין זיין ספר אמונת יהושע אין די מבוא
roasted
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 5:35 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 06, 2012 4:26 pm

אין דעם ספר ווייזט ער צו זאגט דער סיבה פארוואס דער הולוקאסט איז געקומען. דער וואס שרייבט אזוינע זאכען איז על הכלל כולו יצא. תמוה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דינסטאג מערץ 06, 2012 4:38 pm

איך האב אביסל אריינגעקוקט אין דעם ספר און איך מוז זאגן אז ער האט מיר זייער איבערגענומען. ער רעדט דברים של טעם, צעלייגט אויף קליינגעלט דעם ביטערן חורבן, און וויאזוי דער מצב פון אידישקייט האט צוגעברענגט דערצו.
איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען האבן טענות. באמת פארשטיי איך יא, איך פארשטיי א מענטש וואס האט איבערגעלעבט דעם שרעקליכן חורבן אז ער קען נישט דערהייבן אז איינער וויל עס "ראציאנאליזירן", ווייל ער האט דאך עס אליין איבערגעלעבט, אבער מיר, וואס האבן דאס ב"ה נישט מיטגעלעבט, קענען מיר דאך לייגן די געפילן אין א זייט, און קוקן וואס די תוה"ק און חז"ל זאגן. איז דען א סוד אז השי"ת האט צוגעזאגט שרעקליכע קללות אויב מ'וועט זיך נישט אויפפירן ווי עס דארף צו זיין?
קוקט דורך די ביטערע קללות וואס דער אויבערשטער האט געזאגט, און זייט מודה אז מ'דארף בכלל נישט זיין קיין נביא אדער א בן-נביא צו זען ווי דאס אלעס איז ביטערליך מקוים געווארן אלץ רעזולטאט וואס אידן האבן איבערגעלאזט תומ"צ ר"ל:

טו וְהָיָה, אִם-לֹא תִשְׁמַע בְּקוֹל ה’ אֱלֹהֶיךָ, לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת אֶת-כָּל-מִצְוֹותָיו וְחֻקֹּתָיו, אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם--וּבָאוּ עָלֶיךָ כָּל-הַקְּלָלוֹת הָאֵלֶּה, וְהִשִּׂיגוּךָ. טז אָרוּר אַתָּה, בָּעִיר; וְאָרוּר אַתָּה, בַּשָּׂדֶה. יז אָרוּר טַנְאֲךָ, וּמִשְׁאַרְתֶּךָ. יח אָרוּר פְּרִי-בִטְנְךָ, וּפְרִי אַדְמָתֶךָ--שְׁגַר אֲלָפֶיךָ, וְעַשְׁתְּרֹת צֹאנֶךָ. יט אָרוּר אַתָּה, בְּבֹאֶךָ; וְאָרוּר אַתָּה, בְּצֵאתֶךָ. כ יְשַׁלַּח ה’ בְּךָ אֶת-הַמְּאֵרָה אֶת-הַמְּהוּמָה, וְאֶת-הַמִּגְעֶרֶת, בְּכָל-מִשְׁלַח יָדְךָ, אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה--עַד הִשָּׁמֶדְךָ וְעַד-אֲבָדְךָ מַהֵר, מִפְּנֵי רֹעַ מַעֲלָלֶיךָ אֲשֶׁר עֲזַבְתָּנִי. כא יַדְבֵּק ה’ בְּךָ, אֶת-הַדָּבֶר--עַד, כַּלֹּתוֹ אֹתְךָ, מֵעַל הָאֲדָמָה, אֲשֶׁר-אַתָּה בָא-שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ. כב יַכְּכָה ה’ בַּשַּׁחֶפֶת וּבַקַּדַּחַת וּבַדַּלֶּקֶת, וּבַחַרְחֻר וּבַחֶרֶב, וּבַשִּׁדָּפוֹן, וּבַיֵּרָקוֹן; וּרְדָפוּךָ, עַד אָבְדֶךָ. כג וְהָיוּ שָׁמֶיךָ אֲשֶׁר עַל-רֹאשְׁךָ, נְחֹשֶׁת; וְהָאָרֶץ אֲשֶׁר-תַּחְתֶּיךָ, בַּרְזֶל. כד יִתֵּן ה’ אֶת-מְטַר אַרְצְךָ, אָבָק וְעָפָר: מִן-הַשָּׁמַיִם יֵרֵד עָלֶיךָ, עַד הִשָּׁמְדָךְ. כה יִתֶּנְךָ ה’ נִגָּף, לִפְנֵי אֹיְבֶיךָ--בְּדֶרֶךְ אֶחָד תֵּצֵא אֵלָיו, וּבְשִׁבְעָה דְרָכִים תָּנוּס לְפָנָיו; וְהָיִיתָ לְזַעֲוָה, לְכֹל מַמְלְכוֹת הָאָרֶץ. כו וְהָיְתָה נִבְלָתְךָ לְמַאֲכָל, לְכָל-עוֹף הַשָּׁמַיִם וּלְבֶהֱמַת הָאָרֶץ; וְאֵין, מַחֲרִיד. כז יַכְּכָה ה’ בִּשְׁחִין מִצְרַיִם, ובעפלים (וּבַטְּחֹרִים), וּבַגָּרָב, וּבֶחָרֶס--אֲשֶׁר לֹא-תוּכַל, לְהֵרָפֵא. כח יַכְּכָה ה’, בְּשִׁגָּעוֹן וּבְעִוָּרוֹן; וּבְתִמְהוֹן, לֵבָב. כט וְהָיִיתָ מְמַשֵּׁשׁ בַּצָּהֳרַיִם, כַּאֲשֶׁר יְמַשֵּׁשׁ הַעִוֵּר בָּאֲפֵלָה, וְלֹא תַצְלִיחַ, אֶת-דְּרָכֶיךָ; וְהָיִיתָ אַךְ עָשׁוּק וְגָזוּל, כָּל-הַיָּמִים--וְאֵין מוֹשִׁיעַ. ל אִשָּׁה תְאָרֵשׂ, וְאִישׁ אַחֵר ישגלנה (יִשְׁכָּבֶנָּה)--בַּיִת תִּבְנֶה, וְלֹא-תֵשֵׁב בּוֹ; כֶּרֶם תִּטַּע, וְלֹא תְחַלְּלֶנּוּ. לא שׁוֹרְךָ טָבוּחַ לְעֵינֶיךָ, וְלֹא תֹאכַל מִמֶּנּוּ--חֲמֹרְךָ גָּזוּל מִלְּפָנֶיךָ, וְלֹא יָשׁוּב לָךְ; צֹאנְךָ נְתֻנוֹת לְאֹיְבֶיךָ, וְאֵין לְךָ מוֹשִׁיעַ. לב בָּנֶיךָ וּבְנֹתֶיךָ נְתֻנִים לְעַם אַחֵר, וְעֵינֶיךָ רֹאוֹת, וְכָלוֹת אֲלֵיהֶם, כָּל-הַיּוֹם; וְאֵין לְאֵל, יָדֶךָ. לג פְּרִי אַדְמָתְךָ וְכָל-יְגִיעֲךָ, יֹאכַל עַם אֲשֶׁר לֹא-יָדָעְתָּ; וְהָיִיתָ, רַק עָשׁוּק וְרָצוּץ--כָּל-הַיָּמִים. לד וְהָיִיתָ, מְשֻׁגָּע, מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ, אֲשֶׁר תִּרְאֶה. לה יַכְּכָה ה’ בִּשְׁחִין רָע, עַל-הַבִּרְכַּיִם וְעַל-הַשֹּׁקַיִם, אֲשֶׁר לֹא-תוּכַל, לְהֵרָפֵא--מִכַּף רַגְלְךָ, וְעַד קָדְקֳדֶךָ. לו יוֹלֵךְ ה’ אֹתְךָ, וְאֶת-מַלְכְּךָ אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ, אֶל-גּוֹי, אֲשֶׁר לֹא-יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ; וְעָבַדְתָּ שָּׁם אֱלֹהִים אֲחֵרִים, עֵץ וָאָבֶן. לז וְהָיִיתָ לְשַׁמָּה, לְמָשָׁל וְלִשְׁנִינָה--בְּכֹל, הָעַמִּים, אֲשֶׁר-יְנַהֶגְךָ ה’, שָׁמָּה. לח זֶרַע רַב, תּוֹצִיא הַשָּׂדֶה; וּמְעַט תֶּאֱסֹף, כִּי יַחְסְלֶנּוּ הָאַרְבֶּה. לט כְּרָמִים תִּטַּע, וְעָבָדְתָּ; וְיַיִן לֹא-תִשְׁתֶּה וְלֹא תֶאֱגֹר, כִּי תֹאכְלֶנּוּ הַתֹּלָעַת. מ זֵיתִים יִהְיוּ לְךָ, בְּכָל-גְּבוּלֶךָ; וְשֶׁמֶן לֹא תָסוּךְ, כִּי יִשַּׁל זֵיתֶךָ. מא בָּנִים וּבָנוֹת, תּוֹלִיד; וְלֹא-יִהְיוּ לָךְ, כִּי יֵלְכוּ בַּשֶּׁבִי. מב כָּל-עֵצְךָ, וּפְרִי אַדְמָתֶךָ, יְיָרֵשׁ, הַצְּלָצַל. מג הַגֵּר אֲשֶׁר בְּקִרְבְּךָ, יַעֲלֶה עָלֶיךָ מַעְלָה מָּעְלָה; וְאַתָּה תֵרֵד, מַטָּה מָּטָּה. מד הוּא יַלְוְךָ, וְאַתָּה לֹא תַלְוֶנּוּ; הוּא יִהְיֶה לְרֹאשׁ, וְאַתָּה תִּהְיֶה לְזָנָב. מה וּבָאוּ עָלֶיךָ כָּל-הַקְּלָלוֹת הָאֵלֶּה, וּרְדָפוּךָ וְהִשִּׂיגוּךָ, עַד, הִשָּׁמְדָךְ: כִּי-לֹא שָׁמַעְתָּ, בְּקוֹל ה’ אֱלֹהֶיךָ--לִשְׁמֹר מִצְוְֹתָיו וְחֻקֹּתָיו, אֲשֶׁר צִוָּךְ. מו וְהָיוּ בְךָ, לְאוֹת וּלְמוֹפֵת; וּבְזַרְעֲךָ, עַד-עוֹלָם. מז תַּחַת, אֲשֶׁר לֹא-עָבַדְתָּ אֶת-ה’ אֱלֹהֶיךָ, בְּשִׂמְחָה, וּבְטוּב לֵבָב--מֵרֹב, כֹּל. מח וְעָבַדְתָּ אֶת-אֹיְבֶיךָ, אֲשֶׁר יְשַׁלְּחֶנּוּ ה’ בָּךְ, בְּרָעָב וּבְצָמָא וּבְעֵירֹם, וּבְחֹסֶר כֹּל; וְנָתַן עֹל בַּרְזֶל, עַל-צַוָּארֶךָ, עַד הִשְׁמִידוֹ, אֹתָךְ. מט יִשָּׂא ה’ עָלֶיךָ גּוֹי מֵרָחֹק מִקְצֵה הָאָרֶץ, כַּאֲשֶׁר יִדְאֶה הַנָּשֶׁר: גּוֹי, אֲשֶׁר לֹא-תִשְׁמַע לְשֹׁנוֹ. נ גּוֹי, עַז פָּנִים, אֲשֶׁר לֹא-יִשָּׂא פָנִים לְזָקֵן, וְנַעַר לֹא יָחֹן. נא וְאָכַל פְּרִי בְהֶמְתְּךָ וּפְרִי-אַדְמָתְךָ, עַד הִשָּׁמְדָךְ, אֲשֶׁר לֹא-יַשְׁאִיר לְךָ דָּגָן תִּירוֹשׁ וְיִצְהָר, שְׁגַר אֲלָפֶיךָ וְעַשְׁתְּרֹת צֹאנֶךָ--עַד הַאֲבִידוֹ, אֹתָךְ. נב וְהֵצַר לְךָ בְּכָל-שְׁעָרֶיךָ, עַד רֶדֶת חֹמֹתֶיךָ הַגְּבֹהֹת וְהַבְּצֻרוֹת, אֲשֶׁר אַתָּה בֹּטֵחַ בָּהֵן, בְּכָל-אַרְצֶךָ; וְהֵצַר לְךָ, בְּכָל-שְׁעָרֶיךָ, בְּכָל-אַרְצְךָ, אֲשֶׁר נָתַן ה’ אֱלֹהֶיךָ לָךְ. נג וְאָכַלְתָּ פְרִי-בִטְנְךָ, בְּשַׂר בָּנֶיךָ וּבְנֹתֶיךָ, אֲשֶׁר נָתַן-לְךָ, ה’ אֱלֹהֶיךָ--בְּמָצוֹר, וּבְמָצוֹק, אֲשֶׁר-יָצִיק לְךָ, אֹיְבֶךָ. נד הָאִישׁ הָרַךְ בְּךָ, וְהֶעָנֹג מְאֹד--תֵּרַע עֵינוֹ בְאָחִיו וּבְאֵשֶׁת חֵיקוֹ, וּבְיֶתֶר בָּנָיו אֲשֶׁר יוֹתִיר. נה מִתֵּת לְאַחַד מֵהֶם, מִבְּשַׂר בָּנָיו אֲשֶׁר יֹאכֵל, מִבְּלִי הִשְׁאִיר-לוֹ, כֹּל--בְּמָצוֹר, וּבְמָצוֹק, אֲשֶׁר יָצִיק לְךָ אֹיִבְךָ, בְּכָל-שְׁעָרֶיךָ. נו הָרַכָּה בְךָ וְהָעֲנֻגָּה, אֲשֶׁר לֹא-נִסְּתָה כַף-רַגְלָהּ הַצֵּג עַל-הָאָרֶץ, מֵהִתְעַנֵּג, וּמֵרֹךְ--תֵּרַע עֵינָהּ בְּאִישׁ חֵיקָהּ, וּבִבְנָהּ וּבְבִתָּהּ. נז וּבְשִׁלְיָתָהּ הַיּוֹצֵת מִבֵּין רַגְלֶיהָ, וּבְבָנֶיהָ אֲשֶׁר תֵּלֵד, כִּי-תֹאכְלֵם בְּחֹסֶר-כֹּל, בַּסָּתֶר--בְּמָצוֹר, וּבְמָצוֹק, אֲשֶׁר יָצִיק לְךָ אֹיִבְךָ, בִּשְׁעָרֶיךָ. נח אִם-לֹא תִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת, אֶת-כָּל-דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת, הַכְּתֻבִים, בַּסֵּפֶר הַזֶּה: לְיִרְאָה אֶת-הַשֵּׁם הַנִּכְבָּד וְהַנּוֹרָא, הַזֶּה--אֵת, ה’ אֱלֹהֶיךָ. נט וְהִפְלָא ה’ אֶת-מַכֹּתְךָ, וְאֵת מַכּוֹת זַרְעֶךָ: מַכּוֹת גְּדֹלֹת וְנֶאֱמָנוֹת, וָחֳלָיִם רָעִים וְנֶאֱמָנִים. ס וְהֵשִׁיב בְּךָ, אֵת כָּל-מַדְוֵה מִצְרַיִם, אֲשֶׁר יָגֹרְתָּ, מִפְּנֵיהֶם; וְדָבְקוּ, בָּךְ. סא גַּם כָּל-חֳלִי, וְכָל-מַכָּה, אֲשֶׁר לֹא כָתוּב, בְּסֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֹּאת--יַעְלֵם ה’ עָלֶיךָ, עַד הִשָּׁמְדָךְ. סב וְנִשְׁאַרְתֶּם, בִּמְתֵי מְעָט, תַּחַת אֲשֶׁר הֱיִיתֶם, כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם לָרֹב: כִּי-לֹא שָׁמַעְתָּ, בְּקוֹל ה’ אֱלֹהֶיךָ. סג וְהָיָה כַּאֲשֶׁר-שָׂשׂ ה’ עֲלֵיכֶם, לְהֵיטִיב אֶתְכֶם וּלְהַרְבּוֹת אֶתְכֶם--כֵּן יָשִׂישׂ ה’ עֲלֵיכֶם, לְהַאֲבִיד אֶתְכֶם וּלְהַשְׁמִיד אֶתְכֶם; וְנִסַּחְתֶּם מֵעַל הָאֲדָמָה, אֲשֶׁר-אַתָּה בָא-שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ. סד וֶהֱפִיצְךָ ה’ בְּכָל-הָעַמִּים, מִקְצֵה הָאָרֶץ וְעַד-קְצֵה הָאָרֶץ; וְעָבַדְתָּ שָּׁם אֱלֹהִים אֲחֵרִים, אֲשֶׁר לֹא-יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ--עֵץ וָאָבֶן. סה וּבַגּוֹיִם הָהֵם לֹא תַרְגִּיעַ, וְלֹא-יִהְיֶה מָנוֹחַ לְכַף-רַגְלֶךָ; וְנָתַן ה’ לְךָ שָׁם לֵב רַגָּז, וְכִלְיוֹן עֵינַיִם וְדַאֲבוֹן נָפֶשׁ. סו וְהָיוּ חַיֶּיךָ, תְּלֻאִים לְךָ מִנֶּגֶד; וּפָחַדְתָּ לַיְלָה וְיוֹמָם, וְלֹא תַאֲמִין בְּחַיֶּיךָ. סז בַּבֹּקֶר תֹּאמַר מִי-יִתֵּן עֶרֶב, וּבָעֶרֶב תֹּאמַר מִי-יִתֵּן בֹּקֶר--מִפַּחַד לְבָבְךָ אֲשֶׁר תִּפְחָד, וּמִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מערץ 11, 2012 7:01 pm

גאר א געלונגענע ארבעט, טראץ וואס די עצם ספר איז צריך עיון, א יונגערמאן נעמט אזוי פעסט א שטעלונג אין א נושא וואס גדולים וטובים האבן געציטערט אריינצורעדן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4222 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 11, 2012 8:26 pm

קופערניקוס האט געשריבן:גאר א געלונגענע ארבעט, טראץ וואס די עצם ספר איז צריך עיון, א יונגערמאן נעמט אזוי פעסט א שטעלונג אין א נושא וואס גדולים וטובים האבן געציטערט אריינצורעדן

איז עס נישט געבויט לויט הרב מילער׳ס שיעורים?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג מערץ 12, 2012 11:31 pm

roasted האט געשריבן:גראדע האב איך געהערט אז הרב מייער ציעל מיטן קנטרס קעגן הרב יהושע געלדצעלער מחבר ספר אמונת יהושע וואס דארט ערווענט ער אויך קעגן ר' אביגדור מילער'ס מהלך

-----

רואיק איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט.



דער ספר איז אן הרחבה פון א קונטרוס וואס ר' דוד הערש האט ארויסגעגעבן בערך צוויי יאר צוריק, דארט אין די הקדמה שרייבט ער, ברמז, אז ער מיינט ר' יהושע'ס הקדמה צום ספר זיינעם אויף זרעים, (וכך אמר לי המחבר פא"פ), נאר יעצט צום ספר האט ער געשריבן אויף אן נייטראלען שריפט נישט דערמאנענדיג אז ער באציעט זיך אויף וועם אימער.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1267 מאל

Re: עשן הכבשן, רבי אביגדור מיללער על השואה

הודעהדורך סאסוב » דינסטאג מערץ 13, 2012 1:48 am

א אינטערעסאנטער בר מזל איז הרב אליהו יהושע געלדצעהלער שליט"א, צו קענען ציען אויף זיך קריטיק.
אויף זיין הקדמה צו די פיר בענדער קדשי יהושע על מסכת מסדר קדשים, ווי ער רעדט פון צמצום ועוד על פי משנתו פון זיין גרויסן שווער רבי אליהו אליעזר דעסלער במ"ס מכתב מאליהו [חתן ר' אליהו אליעזר מו"ץ בווילנא חתן רבי ישראל סאלאנטער] האט ר' נחום גרינוואלד געשריבן דערקעגן עטליכע מאמרים אין היכל הבעש"ט.
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך גוטזאגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:15 pm

אויב איך געדענק גוט אז הרב מילער האט יא מיטגעמאכט און איבערגעלעבט די קריג, ער איז טאקע געבוירען געווארען אין אמעריקע, אבער ער איז געפארען לערנען אין אייראפע.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:21 pm

נניח אז ער רעדט צו דער זאך, איז עס נישט אביסל מאדנע אז גאט האט אויס געגאסן זיין כעס אין אייראפע? וואס, די אמעריקאנע יודעלעך זענען געווען מער דערהויבענע? אדער אייראפע איז אפשר געווען א איזי טארגעיט?

ס'מאכט נישט קיין צוויי סענס אין מיינע פליישיגע אמעריקאנע מגושמ'דיגע אויגן.

איך שטעל דער עסק אויף חזקה. איך האב אין די לעצטע עטליכע צענדליג יארן נישט אנגעטראפן א הסבר אויף א גרויסע צרה וואס זאל זיין קולע אל השערה, ווער רעדט נאך ווען די מדובר איז די שואה.

לאמיר רעדן וועגן דער אלגעמיינער, וואס איז געשען מיט אים. זא בלעטל געווען מלא וגדש מיט א טעם זקנים, די לאנגע שבת ביינאכט און די ווינטער און די נאכמיטאגס אין די זימער. וואו טרעפט מען איינער צו רעפלעיסן אייבשיץ בוק רעוויוס, דובראווסקי'ס מאמרים, די מוסר שמועסן פון די רב אין ברייטאם ביעטש,

וואס איז געבליבן פון אים, א גארנישט מיט גארנישט. איי פון ווי נעמט די יונגערע יארן.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:03 pm

פערינא דיינע צוויי סענט זאגן דיר אז השי"ת האט געדארפט אויס'הרג'נען די אידן פון אמעריקע אויך?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:25 pm

איך האב געזאגט אז ווען ס'וואלט געווען בעסער דיווערסיפייד וואלט איך געכאפט די מעסעדזש. די זעלבע זעקס מיליאן,  קיין איינס נישט מער,  אדער ווייניגער.

די גלאז איז נישט האלב פיל, די גלאז איז האלב ליידיג.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:40 pm

און פארוואס מיט זעקס מיליאן ביזטו יא צופרידן? וואס איז שלעכט מיט 5?

גראדע איז דא א תירוץ אויף דיין קשיא אבער פון דיין וועג פון פרעגן, פון דיינע זילזולדיגע ווערטער כלפי מעלה, קוקט נישט אויס אז דו זיכסט א תירוץ, הלוואי איך וואלט נישט געליינט דיינע נידריגע געשרייבעכץ.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך קול גדול » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:45 pm

תכלית זען מיר אז סיי רעליגיעזע און סיי נישט רעליגיעזע אידן האבן פונקט די זעלבע געליטן און גאט האט נישט געשיצט זיינע גלויביגע, וואס דאן וואלט אפשר יא געווען א באווייז אז גאט האט געצארנט אויף די אומגלויביגע.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:47 pm

א אינטערנאציאנאלע סיסטעמאטישער האלאקאוסט איז נאר געווען אויף די אידן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך villager אום דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:48 pm

רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:57 am

כהאב אמאל געהערט איינער האט געפרעגט לאבאוויטשער רבי , וואס איז פשט פון די האלאקאסט?
האט ער געזאגט אז מען בראבירט צי ענטפערן מיינט אז מען פארענטפערט היטלער.
סנישט דא קיין תיריץ וואס מיר קענען פארשטיין.
למעשה רב מילער האט יא געהאט א תיריץ.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך קול גדול » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:24 am

זר זהב האט געשריבן:רש"י זאגט דאך "והורגת רעים וטובים"

דאן שטעלט זיך די קשיא וואס אברהם אבינו האט געפרעגט: "השופט כל הארץ לא יעשה משפט".
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:50 am

פארוואס באדערט די קשיא נאר אויף גרויסע זאכען? ווען איך גיי נעם א גאן און שיס דער דרעסטער צדיק און דער וועלט ר''ל,
וואלט אויך געבאדרט ווי אזוי דער אייבשטער לאזט דאס צי, אדער יעדער וואלט פארשטאנען אז דער אייבישטער האט איבערגעגעבן די וועלט אינעם מענטש'ס בחירה
היטלער איז געווען א גרויסע רשע, און האט געניצט זיין בחירה .איך זע נישט קיין קשיא אויפען אייבערשטען.
ממאכט הנחהס און מפרעגט קשיאס.

די מבול אין נח'ס צייטען איז געווען א דיירעקטע מעשה פון גאט אין דארט זעסטו.קלאר אז דו ערליכע זענען טאקקע געראטוועט געווארן אינעם תיבה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך קול גדול » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:52 pm

לויט ווי דו זאגסט אז ס'איז נישט געווען יד אלוקים בדבר אז טאקע נישט קיין קשיא. אבער דא קאמענטירט מען אויף אביגדור מיללער'ס באהויפטונג אז ס'איז יא געווען אן עונש פון גאט, און וויבאלד מ'זעט אז גלויביגע און אומגלויביגע האבן מיטגעטיילט דעם זעלבן שיקזאל, שטעלט זיך די אויבנדערמאנטע קשיא.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:40 am

ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט ארויס - און ער איז דער איינציגסטער וואס פארציילט עס - אז פאר די מלחמה איז די מצב אין פוילן (צו וואו בכלל) נישט געווען אזוי גלאנציג, מילד גערעדט. און אויב עס איז געקומען אזא ביטערע צרה ווי דער חורבן מאך דיר נישט תמ'יש און פרעג וויאזוי האט עס געקענט קומען.

עס איז דא קליפס ווי מען זעט ווי די וואס דארפן צו זיין יודען האבן אין געטא, בשעת זיי זענען שוין געווען אויף צרות, געטאנצען געמישטע טענץ. דאס פאנגט נישט אן צו בארעכטיגן דעם ימח שמו'ניק, און דאס איז אמת אז עס האט באפעסטיגט יודישקייט, פון די איבערלעבערס זענען טאקע אסאך אריינגעפאלן אין יאוש אדער סתם אפגעלאזט יהדות, אבער די גלויביגע וואס האבען במשך די שווערע צייטן אלעמאל פרובירט אפצוהיטען די תורה ווי ווייט מעגליך, זיי האבען זיך געשטארקט און זיי זענען געווארען געשטארקט אין די אמונה עד כדי כך אז אפי' שפעטער אין די שווערסטע אומשטענדן האבען זיי זיך געהאלטען פעסט.

יעצט דו פרעגסט פ"וו אייראפע? זייער פשוט, נסתרים דרכי ה', מען האט געזינדיגט איז געקומען אן עונש. וואס ווי ווען? איז שוין נישט דיין עסק. אין פשטות שטייט אין די ספרים אז די עונש האט זיך אנגעפאנגען ווי עס האט זיך אנגעפאנגען אסימילאציע וואס דאס איז אין דייטשלאנד, אנווייזענדיג פארוואס דער עונש איז געקומען.

ר' מיכאל בער האט אמאל דעציילט פאר זיינע תלמידים, אז ווען ער איז ארומגעפארען פארן קריג איז אים אויסגעקומען צו זיין אין די דעמאלטסדיגע עיר ואם בישראל ווארשע. גייענדיג אויף די גאס האט ער באגעגנט א יוד מיט א הדרת פנים, א שניי ווייסע בארד, און יענער יוד פרעגט פון רמ"ב אויב ער וויל אריינקומען משלים זיין מנין פאר יציאת נשמה? אוודאי, וואס איז די שאלה? רמ"ב גייט צום בנין ווי יענער איד האט אים אנגעוויזן, ווי נאר ער איז אריינגעקומען און בנין דערזעהט ער פאר זיך א יוד מיט א רעוואלווער אין די האנט זאגנדיג "האלט, געב אהער דיין געלט, אז נישט וועל איך דיר הרג'ענען!" וואס? פרעגט רמ"ב, הרג'ענען א יוד? "דו אונגארישער נאר, (זעט אויס אז ער האט אים דערקענט אויפן לבוש) געב אהער דיין געלט אז נישט...." עכ"פ ר' מיכאל בער האט געוואלט ארויסברענגען די געפאלנקייט פונעם דור אין יענע תקופה.

ודע מה שתשיב. איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט נישט געקענט קומען צו זיך פ"וו זיינע זיידעס האבן געליטן, אז איך האב גרויס מיטלייד מיט דיין צער און איך פארשטיי דיין דילעמא, אז דיין קליינע שכל זאגט אז א צווייטע וועלט מלחמה מיט ג-ט איז א סתירה, איך האב פאר דיר א געוואלדיגע עצה, לעצטענס איז אויפגעקומען א גרופע האלאקסט לייקענער, שטעל דיך צו מיט לייקענען אז עס איז געווען אזא מין זאך ווי די מלחמה, און אזוי ארום קענסטו ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת.....

איבעריג ארויסצוברענגען די עקל בשעת ווען אונזערע זיידעס זענען אריינגעגאנגען אין גאז קאמערן אומגעקומען אויף קידוש השם און נישט אויפגעגעבן זייער אמונה, זיצן אפאר אויפגעקלערטע אויפן באקוועמען פאטעל און שרייען אויף דעם וואס די זיידע האט זיך אוועק גע'הרג'עט להפך קערה על פיה.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט