דבורה פעלדמאן און איר בוך

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:53 pm

איחוד'ל וויפיל איז דער שיעור פון פיינט האבען פרומע אידן? האסט זיי שוין באלד מער פיינט ווי דער ניק הידוע האט פיינט אידן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:54 pm

matovu האט געשריבן:she just posted this

u know ur still getting under their skin when they spread suicide rumors about u Too bad Isaac and I are chillin at the beach instead

מסתמא איז איר נייער בויפרענד אייזיק קורצזיכטיג. אדער האט ער איר געטראפן ווען לבן האט חתונה געמאכט זיין טאכטער . אין מיטן די נאכט. אין די פינצטער. אבער אינדערפריה ווען ער וועט זעהן וואספארא מיאוסע כאלערע זי איז, וועט ער כאפן הענט און פיס און אנטלויפן...! :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:01 pm

בשבילי! האט געשריבן:א טלית א שירעם און א בעזים שטעקן? לאלאלאלאם!!

דער איד וואס שטייט צו זיין לינקע זייט איז מסתמא זיין גליקליכער שווער. לויט ווי ער שמייכלט קען מען זען אז דער שווער מיט'ן איידעם קענען האבן א שיעור צוזאמען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:06 pm

גנדי האט געשריבן:פראדל וויזעל פארגינט נישט דבורה פעלדמאן. זי האט געשריבען א שוואכע ריוויא אויף די ביכל.

איך מיין אז אינז קען מיר האבן די ארבע אמהות הקדשות אין די 2014 ווערסיע: ה"ה: דעברא פעלדמאן, פריידא וויזעל, בריינדי רויזנבערג המכונה ברענדא טוירטל...נו' רבותי, זייטץ משלים. ס'פעילט נאך איין צדיקת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:09 pm

פלעין יודיש האט געשריבן:פארוואס האט זי זיך אזוי ליב ארויסציברענגן מיט ציפלאטשקעטע האר???

ווען דו זעהסט איר צוגריבלטן צוגריזשעט'ן פנים פון די פימפלס, וועסטו שוין פארשטיין פארוואס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:21 pm

יאיר האט געשריבן:שניידנדיגע ריוויו אין שיקאגא טריביון.

די מסקנא פון די ריוויו איז אז ד. פעלדמאן פארציילט גארנישט ווייל זי האט נישט וואס צו פארציילן. וואס איז דער אמת. און אז זי איז זיך סותר פון איין בלעטל צום צווייטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:35 pm

מ גפני האט געשריבן:די נאמען וואס איך זעה איז שרי בערקאוויץ

דאס איז איר אריגינאלע נאמען. יש אומרים (בני משפחה) אז זי הייסט שרה דבורה. אבער ס'איז א פליאה עצומה אז נאכדעים וואס זי האט זיך גע'גט זאל זי זיך רופן אויף איר געוועזענעם מאנ'ס נאמען...!
....! אויף א פסיכאלאגישן אופן קען מען עס פארענטפערן אז זי האט געוואלט אנטלויפן פון זיך אליינס. פון איר אלטע פערסאנאליטי. א חוץ פון איר קאמיוניטי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:11 pm

זי וואוינט היינט אין בערלין און זי רעט א פליסיגע דייטש

https://youtu.be/c1AhHS1q_Dw
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג מאי 22, 2017 6:24 pm

אינטערסאנטע שמועס מיט פעלדמאן
זי רעדט שוין ענגליש מיט א יארעפעאישע עקצענט....

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג מאי 23, 2017 12:17 am

זי פארדאמט מערסטס דאס געזעלשאפט פון וויליאמסבורג סטמער וכו׳ נישט אזוי ווייט אידישקייט בכלל. ׳קומט אויס אז אויב וואלט זי אויף געוואקסען אין חבד, ״יונג איזראל״ אדער אפילו באבאוו, וואלט זי נאך מן הסתם געווען א שומרת שבת, טראץ דעם וואס זי קומט פון זייער א שווערען מיטגעמאכטען בעקגראונד.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 23, 2017 3:12 am

וועם גייט אן וואס די נבילה האלט אדער באשמוצט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג מאי 23, 2017 12:22 pm

תורה ומדע האט געשריבן:זי פארדאמט מערסטס דאס געזעלשאפט פון וויליאמסבורג סטמער וכו׳ נישט אזוי ווייט אידישקייט בכלל. ׳קומט אויס אז אויב וואלט זי אויף געוואקסען אין חבד, ״יונג איזראל״ אדער אפילו באבאוו, וואלט זי נאך מן הסתם געווען א שומרת שבת, טראץ דעם וואס זי קומט פון זייער א שווערען מיטגעמאכטען בעקגראונד.

און דו קלערסט אז ס'שטעקט א טראפ אמת דערין? איז דא פראצענטועל א גרעסערע "פראצענט" דראפאטוס אין סאטמער ווי אין אנדערע פלעצער?

ס'איז די זעלבע קרענק פון וואס יעדע קהילה אין די וועלט ליידט. פאר'ן קריג פלעגן זיך די סארט נשמות שמד'ן צו נוצרות, און היינט איז אין סטייל צו זיין א כופר, אבער מיסודו איז עס די זעלבע זאך, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מאי 23, 2017 12:49 pm

תורה ומדע האט געשריבן:זי פארדאמט מערסטס דאס געזעלשאפט פון וויליאמסבורג סטמער וכו׳ נישט אזוי ווייט אידישקייט בכלל. ׳קומט אויס אז אויב וואלט זי אויף געוואקסען אין חבד, ״יונג איזראל״ אדער אפילו באבאוו, וואלט זי נאך מן הסתם געווען א שומרת שבת, טראץ דעם וואס זי קומט פון זייער א שווערען מיטגעמאכטען בעקגראונד.

תורה ומדע: איך בין מחולק מיט דיר. ווייל אויב וואלט זי נאר געקלאפט סאטמאר און זייערע מנהגים און פירונגען, וואלט זי גאנץ רואיג געקענט ווערן חב"ד אדער אפילו מזרחי און בלייבן רעליגיעז...! אין איהר בוך האקט זי אבער אויף אלע אידישע מנהגים. און די אידן וועלכע פראקטיצירן די רעליגיע. זי שילדערט די אידישע הלכות און מנהגים פון טהרת המשפחה אלס בארבאריש און אבסורד. און זי האט אויך א שטארקע האס אויף רעליגיעזע אידן. אזוי ווי זי האט ארויסגעוויזן ביי עטליכע געלעגנהייטן. למשל, ווען זי האט געהאט איהר אינטערוויו אויף דעם טי.ווי. שאו ..."דהע וויו"...מיט בארבארא וואלטערס. איינע פון די רעפארטערינס (א שווארצע) אויפ'ן שאו האט זי געפרעגט איהר מיינונג איבער לוי אהרון, דער פארכאפער/מערדער פון דעם יונגל לייבי קלעצקי. און אויב מ'וואלט עס געקענט פארמיידן. האטצי מיט גרויס חוצפה געבראקט שקרים, זאגנדיג אז ערליכע אידן לערנען אויס זייערע קינדער אז זיי זאללן טראסטן איינעם מיט א בארד. און אפילו נישט קיין פאליסמען. און ווייל לוי אהרון האט געהאט א בארד האט דער יונגל איהם געטראסט. שטאטס זי זאלל זאגן דעם אמת אז אין די חסידישע קאמיוניטיס לערנט מען אויס די קינדער צו רעספעקטירן די פאליציי. (נישט אזוי ווי ביי די שווארצע.אן אויסנאם.) און אז לוי אהרון איז א קראנקע בריאה. און אז דאס וואלט זיך געקענט טרעפן אין סיי וועלכע געזעלשאפט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 23, 2017 2:31 pm

גראדע האב איך נישט אזעלכע שלעכטע זכרונות פון איר בוך. הגם עס זענען דא עטליכע ווילדע סטעיטמענטס איז רוב פונעם בוך אקוראט. דייקא דער אינטערוויו האט מיר געגרילצט אין די אויערן. זי שיינט צו זיין אן אינטעליגענטע פרוי, אבער די שנאה וואס שפריצט פון איר איז שטארק דערקענבאר. צום ביישפיל, זי זאגט אז זי האט נישט באקומען "קיין שום" סעקולערער עדיוקעישאן, וואס איז אוודאי א פרעכער ליגנט. בעת עס איז מער-ווייניגער אמת ביי אינגלעך, איז אבער א פאקט אז חסידישע מיידלעך באקומען גאנץ א גוטן סעקולערן עדיוקעישאן.

אזוי אויך זעט מען אירע גוזמאות און שקרים אין אנדערע זאכן, צום ביישפיל, זי זאגט אז סאטמאר און ליובאוויטש זענען "געשוואוירענע שונאים", אמת די צוויי האבן געהאט אנגעצויגענע באציאונגען אין לויף פון די יארן, און פון א בליק אינערהאלב חסידישע קרייזן קען מען זאגן אז סאטמאר און חב"ד זענען שונאים אויף א געוויסן שטאפל. אבער צו גיין אין דער פרעמדער גאס זאגן אז די צוויי זענען געשוואוירענע שונאים איז ווי איינער זאל געבן א דרשה אין רוסלאנד און זאגן אז בערני סענדערס און הילערי קלינטאן זענען שונאים. אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי זענען זיי בעלי פלוגתא אויף א געוויסן שטאפל, אבער וואס איז נוגע די דרויסנדיגע וועלט זענען זיי צוזאמען בדעה אחת.

ועוד יש להאריך.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג מאי 23, 2017 3:44 pm

@ראובן.

דערמאנסט מיר א זיס ווארט פון ר' אביגדור מיללער ז"ל, ביי איינע פון שיעורים, האט איינער אנגעפרעגט א גוטע עצה צו מצליח זיין אין א דייעט (אז מ'גיבט דעם מייק פארן פאבליק, דארף מען ערווארטן אלע סארט מאדנע שאלות), ער ענטפערט: זאלסט נעמן א דייעט וואס דו גלייכסט דאס מערסטע, און יעדעס מאל דו פאלסט דורך, זאלסטו גיבן צדקה פאר דעם מוסד וואס דו האסט דאס מערסטע פיינט. למשל: אויב דו ביזט א ליבאוויטשער זאלסט גיבן פאר סאטמער, און אויב דו ביזט א סאטמערער זאלסטו גיבן פאר ליבאוויטש...

ס'איז זיכער געווען מער אמת אין צייטן פון רבי אביגדור, ווי אין די צייטן ווען פעלדמאן איז אויפגעוואקסן (זיי איז מיין יארגאנג), אין יענע צייטן איז בני יואל, מתנגדים וכו' געווען דער מדובר, פון ליבאוויטש געדענק איך נישט הערן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 23, 2017 7:15 pm

ראובן עס איז מיר אינטרעסאנט דאס וואס דו האלסט אז איר שימף-ביכל איז אפילו סעמי קראנט, נאכדעם וואז זי פארציילט א בלבול אז א בחור אין ק''י האט אראפגעשניטן זיין וויזויהייסטעס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 23, 2017 8:42 pm

איך אויך האט געשריבן:ראובן עס איז מיר אינטרעסאנט דאס וואס דו האלסט אז איר שימף-ביכל איז אפילו סעמי קראנט, נאכדעם וואז זי פארציילט א בלבול אז א בחור אין ק''י האט אראפגעשניטן זיין וויזויהייסטעס.


ראובן האט געשריבן:גראדע האב איך נישט אזעלכע שלעכטע זכרונות פון איר בוך. הגם עס זענען דא עטליכע ווילדע סטעיטמענטס איז רוב פונעם בוך אקוראט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 23, 2017 8:48 pm

פון עדות שבטלה מוקצתה בטלה כולה האסטו שוין געהערט? חוץ מזה האט די משפחה אפגעפרעגט רוב פון די נבילה'ס בעקערייען.

עס וואלט נישט געשאדט זאלסט איבערליינען בעיון די ערשטע בלאט פון דיזע אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איך אויך אום דינסטאג מאי 23, 2017 8:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 23, 2017 8:50 pm

האב איך דען געזאגט אז זי איז כשר לעדות? (סיי ווי איז זי א פרוי) אני הקטן בין מעיד אז רוב זאכן וואס זי שרייבט בנוגע אונזער געזעלשאפט איז אמת.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג מאי 23, 2017 9:15 pm

עס איז זייער טראגיש געווען פאר מיך צו וואטשען די אנדערט האלבן שעה'דיגער ווידיאו פון דבורה פעלדמאן. און עס האט נישט געקענט קומען בעסער צום אויסדריק דאס וואס איך האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז מ'האט איר אמאל געפרעגט איבער אירע לייזונגען זינט פארלאזן אידישקייט, האט זי אנגעוויזן אויף "אנארטאדאקס", עפעס וואס רעדט פון איבער איר פארגאנגענהייט פון אינדרויסן, אנשאטאט קוקן אויפן עתיד. דאס מיינט אז זי איז געבליבן שטעקן אין אידישקייט.

עס איז זייער ווייטאגליך צו זען וואס עס קען ווערן פון א מענטש וואס גייט דורך טראמע אין די יונגע יארן. איך האב זיכער נישט צופיל תערומות אויף איר, ווייל איר צובראכענע זעל האט איר צוגעפירט צו שוועבן צווישן הוידל און בוידל.

ביי אזעלכע פעלער איז נישט שייך צו האבן טענות אויף א מענטש ווער ער/זי דערציילט אומריכטיגע פאקטן, ווייל אזוי גייט דאס ביי יעדע זאך. אן עקס-מוסלימענער וועט דערציילן אז מען עסט מענטשן פאר פרישטאג, און א גר וועט דערציילן אז מען וואוינט מיט די אייגענע מאמע. מענטשן אין די אומשטענדען זענען מגזם אדער דערציילן זאכן וואס זענען רחוק מאד פונעם אמת. צב"ש, פעלדמאן דערציילט, אז די מקוה לעדיס האבן א מיסיע צו קאנטראלירן דעם פרוי'ס לעבנסשטייגער אא"וו. וואס דאס איז שקר אבער האט אביסל אמת. אסאך פרויען דערציילן ווי מען האט זיי אינטימיטעטעט ווען זיי האבן געהאט לאנגע האר אויפן קאפ אדער זענען געווען געשוירן ביים מצוה. אבער עס מיינט נישט אז מען קאנטראלירט דעם פרוי. עס איז דא אין בעסטן אויסדריק שטארקע פרעשור.

זי דערציילט למשל, אז אין אידיש איז נישטא אזא מושג אדער ווארט ווי "LOVE" א זאך וואס איז שקר. מיר פארמאגן די ווארט 'ליבע', און מיר פארמאגן אסאך ליבע. אמת אז עס איז דא אסאך פראבלעמען ביי אונז ביי דעם נושא, און די ליבע איז אסאך געבראקט מיט LUST אדער נאך פראבלעמען. אבער דאס איז נאך א דוגמה פון מגזם זיין. און @ראובן, איך האלט נישט אז דבורה איז געווען ווילד מיטן דעמאנסטרירן סאטמאר-ליבאוויטש אלס בלוט שונאים. ווייל משורש איז דא אן אינערליכע קאנפליקט. ליבאוויטש איז פסול אין סאטמאר. קען זיין אז לעצטענס שוין וויינגער. אבער נישט אז זי האט ממש נישט גערעדט צום דבר. דאס אז זי לייגט אראפ 'אלע' ליבאוויטשער אלס משיח'סטן איז יא שטארק מגוזם.

און צו אנדערע תגובות פון חבירים, איך זע נישט וואס איז דא חוזק צו מאכן פון די פרוי. זי קומט נעבעך פון א צושאסענע בעקגראנד און זיכט צו אנטלויפן פון דעם כמטווחי קשת. איר אויסטערלישע פיין און ווייטאג האט איר צוגעפירט צו רייטן אויף די האלאקאוסט נאראטיוו, און זי אנטשפרעכט צו מתקן זיין די ניצוצות דורך פארן קיין דייטשלאנד און זיך איבערשרייבן צו א ריינע דייטש. עס איז נעבעך נישטא ווער עס זאל לאכן. עס איז אזוי ווייטאגליך. זי אליין דערציילט וויאזוי מען רודפ'ט איר דארט, מען שפעט פון איר נאז, און מען רופט איר אידישע זונה. זי האפט אז דאס איז בלויז א גלאבאלע אינטערגאנג פון האס צווישן מענטשן. אבער זי כאפט נישט אז איר אידיש און איר אידענטיטעט וועט איר אלץ נאכלויפן. זי איז נעבעך אזוי אנגעפראסן מיט האס און שנאה אזש זי האט געדארפט אפיר קומען אז איר זיידע איז געווען א גוי. דאס איז איר נחמה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 23, 2017 9:20 pm

וויפיל מאל האסטו גענוצט דאס ווארט ליבע אלס קינד? וויפיל מאל איז "ליבע" געשטאנען אין "דער איד" אין די לעצטע 50 יאר?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9471 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג מאי 23, 2017 9:28 pm

ראובן האט געשריבן:וויפיל מאל האסטו גענוצט דאס ווארט ליבע אלס קינד? וויפיל מאל איז "ליבע" געשטאנען אין "דער איד" אין די לעצטע 50 יאר?

דאס האב איך טאקע געשריבן: "אמת אז עס איז דא אסאך פראבלעמען ביי אונז ביי דעם נושא". אבער עס מיינט נישט אז ליבע ביי אונז איז אזוי ווי גלעזער פאר אן אייזל.

אונזער ליבע איז נישט אויסגעשליפן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך מאי 22, 2019 7:32 am

א טי ווי סעריע אויף די ביך ווערט יעצט געמאכט פאר נעטפליקס

https://deadline.com/2019/05/netflix-un ... 202619674/
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron