קוואליטעט ליטעראטור פאר קינדער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

קוואליטעט ליטעראטור פאר קינדער

שליחה דורך קופערניקוס »

אפגעטיילט פון דא.

קאווע, דיינע ידיעות און דיין זיסע שפראך איז מתוק מדבש. דאס איז אן אשכול פון פאלקלאר במיטבו! ועל כולם וואס די האסטו זיך אליין מטריח געווען עס אראפצושרייבן און נישט געשיקט איינע פון דיינע סעקראטארן עס צו געבן א שרייב אפ....
ליינענדיג די סארט ספרים מיט בלויז דעם קעפל קול מבשר ברענגט צו לאכן און צו וויינען. צו לאכן פון די זיסע, בא'טעמטע תמימות פון די טייערע מחברים, אבער צו וויינען פון די פארשוואונדענע כשרון, די פאר'תכלי'וועטע כשרון און פארהרגעטע צייט. די מחברים זענען געווען גוטע קעפ, פיינע שרייבערס, האבן אפילו זיך צונויפגעקליבן די פאר רובל צו דרוקן... אבער וויי געוואלד, וואספארא נושאים? כלומרשטע היסטאריע פון די מדינה, יו-עף- או, עשרת השבטים, מעשה'לעך, פאלקס לעגענדעס, אמונות טפילות און ווילדע פאנטאזיעס.
ווען די אלע חכמי לב וואלטן געהאט א שאנס צו לערנען ביי אמתע חכמי ישראל, אדער אז זייערע חיבורים זאל דורכגיין אן עינא פקיחא, וואלטן זיי דאך געקענט שרייבן אויף אמתע נושאים ובאתרא דליעול ירקא, ליעול בשרא!
ווען עס וואלט געווען א מושג ווי אן אקעדעמיע, מיט א מינדעסטע הירעארכיע פון קריטיק וואלטן דאך די טייערע מחברים אויפמערקזאם געווארן אז זייערע ספרים זענען אויסער אן אשכול אין קאווע שטיבל נישט ווערט די פאפיר און טינט ; אבער ליידער איז זייער כשרון פארטאכלעוועט!
פארוואס טוט דאס מיר וויי? ווייל וואס האב איך געליינט בבית אבי ומולדתי? שטותים!
אלע מינע נארישע ביכלעך פון פראפאגאנדע, קונטרסיםלעך פון טפשות אא"וו. ווען מען ברענגט ווען אריין די גוטע ספרים און ביכער, אמתע חכמה, געקליבענע סחורה וואלט איך היינט געווען א יש!
די נארישע ספרים'לעך וואס שטייט דערין גארנישט, הבל הבלים האט פאר'סמט מחות! מען דארף נאר ליינען ריינע מאטריאל, קלוגע סחורה, ספרי מחשבה, ספרי לומדות, אמתע היסטאריע, אמתע געדאנקען, אמתע פיוט, אמתע ליטעראטור, אמתע וויסנשאפט און די אלע קול מבשר סטיל ספרים'לעך איז גוט נאר פאר אן אשכול אין קאווע שטיבל אבער בכלל נישט אלס איינציגע מקור וואס קינדער זאלן ליינען ווען זיי לערנען נישט הויות דאביי ורבא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קופערניקוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר