אוהב דעת האט געשריבן:וואס הייסט, ס'איז דאך דא א ווידיא ווי מ'זעט ווי די רבי שרייבט דעם ויואל משה, ניין?
אוהב דעת האט געשריבן:און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען .
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
אוהב דעת האט געשריבן:עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט