בלאט 1 פון 1

ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:14 pm
דורך אוהב דעת
אין סאטמאר לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה. ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי. וואלט ווען כדאי געווען דא צו מאכן א ליקוט פון אלע ספרים און מאמרים וואס זענען ארויסגעקומען וועגן די נושא

דא איז דא זייער אסאך ספרים וועגען די ענינים
עס איז דא זייער א שטארקע ספר פון מנדל כשר.
אפשר קען איינער ברענגען די מאמארים וואס איז געלאפן אין די מחנה החרדי
עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר, אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג.