שבת בלעטל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

שבת בלעטל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג אפריל 05, 2012 8:54 pm

דער עולם איז זיכער באקאנט מיט די ארבעט פון געטרייע אידן וואס געבן ארויס די בארימטע גליונות וואס דערלייכט די אויגן פונעם ערליכן חרדישן אידנטום.

צום ערשיינונג פונעם נייעם גליון עפן איך דיזן אשכול אז מען זאל קענען קאמענטירן.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:00 pm

דא איז א לינק

http://shabbosblettel.wordpress.com/2012/04/05/שבת-בלעטל-נומער-9/
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:15 pm

ברוך השם! א האלבע יאר געווארט אויף דעם, די חברה אנטוישן נישט, 18 בלעטער כענעהארע, זעט אויס ווי אינטערעסאנטע ארטיקלען, מ'וועלעמער זיך מוזן איינהאלטען און איבערלאזן די עונג פאר יום טוב.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:53 pm

טאקע זייער לאנג געווארט.

מען דארף טוישן די נאמען צו סיזענעל בלעטל. וואס עפעס שבת בלעטל?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך gehlungen » פרייטאג אפריל 06, 2012 12:48 am

Eech hub gehert ah vitz ahz ALIM LETREEFU. TREEFU MEINT MEDICINE. Men ken nisht nemen medicine ven men vil. Ahles hut zein tzeit. VD"L
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 7:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אפריל 06, 2012 12:54 am

וואזוי מישט מען די בלעטער דארט ? איך קען נאר לעזן די ערשטע עמוד. העלפ!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך ידען » פרייטאג אפריל 06, 2012 4:46 am

דרוק אויף די דאטום april 5 קנעפל, וועסטו אנקומען צו א צווייטע לינק. נאכדעם דרוק אויף די shabbos blettel לינק.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » פרייטאג אפריל 06, 2012 6:48 am

דא האט איר א סטרעיט יו אר על http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... tel-93.pdf
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך קרעקער » פרייטאג אפריל 06, 2012 7:39 am

נאמבער 6
און נאמבער 7
קען מען נישט דאונלאוידען?


ביטע העלפט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1077
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 527 מאל

הודעהדורך איינער » פרייטאג אפריל 06, 2012 8:04 am

אן אויסגעצייכנטער איבערזיכט אויף פעלדמאן׳ס בוך.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך ידען » פרייטאג אפריל 06, 2012 8:24 am

קרעקער האט געשריבן:נאמבער 6
און נאמבער 7
קען מען נישט דאונלאוידען?


ביטע העלפט
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך קול גדול » פרייטאג אפריל 06, 2012 11:49 am

גוטע נייעס, ס'וועט זיין וואס צו ליינען.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך ידען » פרייטאג אפריל 06, 2012 2:08 pm

ארויסגעפרינט דעם פרישן בלעטל און ווייהל איי וואז עט איט, האב איך אויך ארויסגעפרינט אפאר קאפיעס פונעם היסטארישען אסיפת בעלי בתים למען זיכוי הרבים.

טוהט אויך אזוי און פארשפרייט דעם אסיפה און די רעזאלוציעס אירע, און זאלן זיך מענטשן עפענען די פארהאקטע קעפ און זען וואס די רבנים דארפן מתקן זיין אין זייער אייגענע שרעקליכע עוולות.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 15, 2012 11:19 am

ייש"כ זיך דערקוויקט מיט יעדען ווארט.
שמואל כץ שרייבט טאקע אויף זיין פיעסבוק פעידזש איבער זיין איבערגעטייטשעטע ארטיקל.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך עסן עסט'זיך » זונטאג אפריל 15, 2012 2:42 pm

די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסאך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 15, 2012 2:51 pm

עסן עסט'זיך האט געשריבן:די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט

טראכטען מיינט אויפגעקלערט?
לאז ארויס די ברכה אתה חונן
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 15, 2012 2:51 pm

עסן עסט'זיך האט געשריבן:די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט

טראכטען מיינט אויפגעלקלערט?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך John Doe » זונטאג אפריל 15, 2012 3:51 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ זיך דערקוויקט מיט יעדען ווארט.
שמואל כץ שרייבט טאקע אויף זיין פיעסבוק פעידזש איבער זיין איבערגעטייטשעטע ארטיקל.


לינק?
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג אפריל 15, 2012 4:11 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:טראכטען מיינט אויפגעקלערט?
לאז ארויס די ברכה אתה חונן


ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. ס'זענען פאראן מענטשן וואס זענען צופרידן מיט'ן לעבן און אונזער לעבנסשטייגער בכלל. רוב מענטשן טראכטן נישט אריין צו טיף אין יעדער זאך - נישט דווקא ווייל זיי קענען נישט, נאר אפטמאל פשוט ווייל זיי ווילן נישט. איך בין נישט אזוי זיכער אז ס'איז א יושר צו אריינשטעלן פאר אזעלכע מענטשן פייגלעך אין קאפ. איך מיין מיט דעם בעיקר דעם ארטיקל "פארשטיין ג-ט דורך לאגיק". ווער עס זוכט די נושא, קען זי גרינג געפינען אויפ'ן אינטערנעט. טראכטן אינדרויסן פון אונזער "באקס" - אפילו קריטיקירן געוויסע אספעקטן פון אונזער לעבנסשטייגער - איז איין זאך; בארירן יסודות אין אמונה, איז שוין א צווייטע מסכת.

חוץ מזה, איז די קירוב ליטעראטור נישט געווידמעט היימישע אידן. אפילו די טענות און תירוצים פון דער קירוב באוועגונג זאלן נישט זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן, דארף מען געדענקען אז די קירוב אקטיוויסטן צילן אויף "רחוקים". קירוב קרובים איז א צווייטע סוגיא בכלל. די "רחוקים" אויף וועמען די קירוב באוועגונג צילט זענען אויך לאו דווקא גרויסע טראכטערס, און זייערע קשיות זענען אויך לאו דווקא באזונדערס טיף און גרונטיג. די ענטפערס פון די קירוב'ניקעס איז בדרך כלל אויף דער זעלבער מדריגה ווי די קשיות, מיט וועלכע זיי ספראווען זיך.

"טראכטן" מיינט נישט די זעלבע ווי "פראפאגאנדירן" אדער אפילו "הויך רעדן". נישט יעדע זאך וואס קען מוז למעשה אויסגעשמועסט ווערן ברבים.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג אפריל 15, 2012 4:27 pm

מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג אפריל 15, 2012 5:25 pm

קול גדול האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.



אינגאנצן מסכים. און אגב, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל - דעם סגנון, די לאגיק און תוכן. א שיינער מאמר און זייער שיין געשריבן.

קען זיין אז איך האב זיך נישט קלאר געמאכט פריער. איך האב געמיינט ארויסצוברענגען צוויי נקודות. איינס, אז נישט יעדע זאך וואס קען און מעג געשריבן ווערן, דארף למעשה געשריבן ווערן. און נישט צוליב ווייניג טאלעראנץ, נאר פשוט אלס איינזעעניש מיט מענטשן וואס זענען אדאנק זייער חינוך און סביבה נישט אויסגעשטעלט געווארן צו די זאכן, אבער וועלן עס לייענען ווייל ס'איז געשריבן געווארן אויף א היימישן אידיש און טאקע מיט א שיינער שפראך.

מיין צווייטע נקודה איז געווען אז די קירוב באוועגונג צילט נישט דווקא אויף פראפעסארן און אינטעלעקטועלע מענטשן, נאר אויפ'ן דורכשניטליכן מענטש וואס טראכט נישט צו טיף און וועמענס קשיות אויף אמונה זענען אויך נישט באזונדערס טיף. זייערע קשיות זענען בדרך כלל פשוט'ע קאמאן סענס פראגעס, און די ענטפערס פון די קירוב אקטיוויסטן זענען אויף אן ענליכן שטאפל. א היימישער איד מיט קשיות קומט פון אן אנדערן פערספעקטיוו ווי א סעקולערן מענטש; ער האט געווענליך ווייניגער ידיעות אין וויסנשאפט און פילאסאפיע פון איין זייט, אבער טראכט מער גמרא'דיג פון דער צווייטער זייט. די קירוב-רחוקים טענות קענען רוב מאל נישט ביישטיין א בריסקער חילוק געזינגען אויף א גמרא ניגון.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

הודעהדורך קול גדול » זונטאג אפריל 15, 2012 5:57 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.



אינגאנצן מסכים. און אגב, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל - דעם סגנון, די לאגיק און תוכן. א שיינער מאמר און זייער שיין געשריבן.

קען זיין אז איך האב זיך נישט קלאר געמאכט פריער. איך האב געמיינט ארויסצוברענגען צוויי נקודות. איינס, אז נישט יעדע זאך וואס קען און מעג געשריבן ווערן, דארף למעשה געשריבן ווערן. און נישט צוליב ווייניג טאלעראנץ, נאר פשוט אלס איינזעעניש מיט מענטשן וואס זענען אדאנק זייער חינוך און סביבה נישט אויסגעשטעלט געווארן צו די זאכן, אבער וועלן עס לייענען ווייל ס'איז געשריבן געווארן אויף א היימישן אידיש און טאקע מיט א שיינער שפראך.

איך זע נישט קיין פראבלעם דערמיט. אבער אויסערדעם איז דאך די שבת בלעטל געווידמעט פאר די וואס זייערע אויגן זענען שוין געפענט. די וואס ווילן ווייטער בלייבן באמונה תמימה וועלן לכתחילה נישט ליינען אזא בלעטל, און בכלל זיך נישט דרייען אויפן אינטערנעץ.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 16, 2012 12:25 am

איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען איך האב געליינט זאלכע תוכןדיגע ליין מאטריאל.
טיפע פיליזאפשע געדאנקן קלאר ארויסגברגענגט אויף א למעשהדיגע אויפן,מיט א רייכע שפראך.

חצי עבד האט פארזען א וויכטיגע נוקדה אין שטיקל "אויטאנאמיע פון ריליגיע"
כהאב אמאל גלערענט א שאלה , ווען דער אויבשטער כביוכל באווייזט זיך צו א מענטש אין הייסט עם
טון אן עוולה דארף מען \מעג מען פאלגן?
ס'זאל זיך בעסער הערן די שאלה, וויל דער אויבשטער מען זאל עם פאלגן אין די פאל צו נישט? (בחינה דער רבי זל אמר אויב זאג איך ציונת איז מותר זאל מען נישט פאלגן)
עקידת יצחק איז משמע אברהם האט ניט געטענהט נאר געפאלגט , משאכ סדום האט אברהם יא גטענהט
" חָלִלָה לְּךָ מֵעֲשֹׂת כַּדָּבָר הַזֶּה לְהָמִית צַדִּיק עִם רָשָׁע וְהָיָה כַצַּדִּיק כָּרָשָׁע חָלִלָה לָּךְ הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט."
די ארטיקל אויף פעלדמאן זייער גוט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 16, 2012 9:46 am

ס'איז מיר פשוט-קאמפלוצירט צו פארשרייבען פאר פשוט קאמפלוצירט גאנצעטע מאמרים דא. אבער בקיצור: א מענטש איז מחיוב צו טראכטען, טאקע טאקע אין אמונה ענינים. זעה ר' אלחנן וואסערמאן אין ערשטע'ן מאמר פון קובץ מאמרים נספח למס' יבמות.
די וואס האבן מורא צו טראכטען, איז דאס פשוט א תוצאה פון שוואכע אמונה.
דהיינו: איך בין אזוי זיכער אז ס'איז דא בורא עולם, און ער האט מגלה געווען רצונו אין די תורה שבידינו על ידי משה (נישט ויואל משה), און ער האט מיר געגעבן שכל צו פארשטיין אלעעעעס וואס איך "דארף" פארשטיין. און אויב כ'וועל זיך אנשטויסען אין א קשיא, איז איינס פון די צוויי. א) כ'וועל זיכען א תירוץ ב) אויב קיין תירוץ, דאן מיינט דאס איך דארף דאס נישט וויסען.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך אךשמח » מאנטאג אפריל 16, 2012 12:09 pm

אין איינע פון די שמועסן מיט מיינער א נאנטער ידיד וואס פלעגט מיט עטליכע יארן צוריק זיין אן אפטער שרייבער אין היימישע פורומים, און מיט זיינע גלענצענדע רעיונות און גוטע געדאנקען וואס ער האט גאר רייך ארויסגעברענגט אויפן פאפיר האט ער מיר צוגעצויגן מיט א מאגנעט און איך פלעג זיך באלעקן מיט זיינע מאמרים. אין א פארזוך אים צוריקצוברענגען נאך וואס ער האט זיך צוליב צענזור אוועקגעצויגן, איז אונזער שמועס פארגאנגען איבער דעם מהלך אין קאווע שטיבל, און ער האט ארויסגעברענגט זיינע רעזערוואציעס דערויף.

איינע פון זיינע נקודות איז געווען אז מארק שפירא איז נישט געמאכט פאר יעדן, און נישט יעדער דארף זיינע השקפות אפלערנען. שפעטער האט מען ארויפגעלייגט דעם שבת בלעטל וואס איז שוין א געמיש פון אפלאכן פון א פארדרייטן לעבן און פון פראגעס אויף אמונה.

במשך דעם יום טוב ווען איך בין געגאנגען אין ביהמ"ד און באטראכט דעם ציבור האב איך געטראכט אז לכאורה איז ער טאקע גערעכט, און רוב פונעם עולם איז בעסער אז זיי גייען אן אין טאג טעגליכן לעבן אן וויסן אז ס'דא אנדערע מיינונגען, און עס קען זיי נאר צומישן ווען זיי וועלן הערן פארשידענע אנדערע מושגים.

איך האב געקלערט צו מאכן אן אשכול מיטן קעפל: 'איז גוט אויפצוקלערן דעם עולם?'

אז מען האט עס דא אויפגעברענגט איז עס ווערד אויסצושמועסן. און לאמיר הערן די מיינונג פון דעם עולם דא.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט