ביכער איבער חרדים און חסידים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

ביכער איבער חרדים און חסידים

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 12, 2013 10:57 am

חדשים לבקרים קומען ארויס ביכער פון פרעמדע וועלכע באשרייבן אונזער לעבנסשטייגער אדער חלקים דערפון, אין כל מיני זשאנראס, נאוועלן, מעמאורן און אקאדעמישע ביכער. טייל מאל זענען די שרייבער געוועזענע חרדים און חסידים, טייל מאל זענען זיי סתם פרייע אידן און צומאל, גויים. אלץ א חסיד און א חרדי זענען מיר די ביכער גאר אינטערעסאנט. איך שפיר אז אפטמאל זענען זיי ווי א שפיגל אין וועלכע מ'קען אריינקוקן צו זען די אייגענע מעלות און חסרונות. עס איז אויך גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מיר ווערן אפגעמאלן אין די אלגעמיינע וולעט, און וויאזוי א פרעמדער לערנט אפ אונזער קולטור און געזעלשאפט. איך וויל דעם אשכול ווידמען פאר אזעלכע ביכער, לאו דוקא נייע, אפילו אלטע. אבער נישט בלויז אפשרייבן א לאנגע ליסטע מיט נעמען פון ביכער, דאס קען דאך יעדע שמויגער, נאר ווידמען אביסל מער צייט און ווערטער צו באשרייבן די ביכער, די מחברים, זייערע כוונות און אזוי ווייטער.

מיר חסידים גלייכן נישט ווען א בוך (וה"ה א צייטונג, בלאג, יו-טוב קליפ) באשרייבט אונז אין א נעגאטיווען ליכט. דאס איז זייער פארשטענדליך, וויבאלד קיינער - נישט בלויז חסידים - גלייכט נישט ווען שמוציגע וועש ווערן געלופטערט ברבים. אבער מען דארף אנערקענען צוויי נקודות. די ערשטע איז אז עס איז גארנישט דא וואס מיר קענען טון דערוועגן. מיר לעבן היינט אין אן עפאכע ווי יעדער קען זאגן וואס ער וויל און ער וועט האבן טויזענטער מענטשן וואס וועלן אים אויסהערן און גלייבן. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו דעבאטירן צו דאס איז א גוטע זאך - ווי רוב אמעריקע גלייבט, אדער א שלעכטע זאך - ווי איחוד הקהילות טענה'ט. אפגעזען צו עס איז א געבענטשטע זאך אדער נישט, איז עס א מציאות און עס איז לכאורה נישטא וואס מ'קען טון יענעם שטיל צו מאכן. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען פרובירן צו טון איז צוריקשרייען די אייגענע דעה און נוצן די אינטערנעט צו מאכן א פי-אר קאמפיין אנטקעגן יענעם. ווער געדענקט דען נישט דבורה פעלדמאן'ס בעסטסעללער בוך "אנארטאדאקס" וועלכע האט גוט באשמיצט אונזער געמיינדע ווי עס דארף צו זיין. שמעון ראלניצקי און אנדערע האבן פרובירט צו מאכן א שמוץ-קאמפיין אנטקעגן איר און עס איז אפילו געווען שמועות אז איר פרעסטישזפולע פובליצירער "סיימאן & שוסטער" האבן ריקאלד די בוך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געשען, און פרוי פעלדמאן האט ממשיך געווען צו פארקויפן טויזענטע קאפיעס פון איר בוך.

די צווייטע נקודה וואס מ'דארף געדענקען איז, אז קיין איין קאמיוניטי אין דער וועלט איז נישט פערפעקט. מיר - פונקט ווי יעדע געמיינדע אין די וועלט - האבן זיך אונזערע חסרונות. און די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען ארבעטן דערויף איז נאר אויב מיר זענען באוואוסטזיניג צו די פראבלעמען. אין א סאסייעטי ווי אונזער וועלכע ערלויבט נישט אינערליכע קריטיק, קען די קריטיק קומען נאר פון אינדרויסן (אדער פון פארבאטענע פלעצער ווי לדוגמא דער אינטערנעט), און מיר קענען - נאכן ענדיגן קרומען מיט די נאז - נוצן די דרויסענדיגע קריטיק אלץ שפיגל, אנערקענען אז געוויסע קריטיק איז ריכטיג און ארבעטן דאס צו פארבעסערן.

צום ערשט, דא זענען די ביכער וועלכע זענען שוין באשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל אין באזונדערע אשכולות.

די ערשטע איז אנארטאדאקס, א מעמואר פון דבורה פעלדמאן א געוועזענע סאטמארע מיידל, וועלכע איז געקומען פון א צעבראכענע שטוב און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר זיידע באבע. פעלדמאן האט זיך גע'גט פון איר מאן און האט דערנאך גענצליך אפגעלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער. דער בוך האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן אויפברויז אין די חסידישע געמיינדע, אבער אויך אין די אראפ-פון-דרך געמיינדע איז די בוך אראפגעריסן געווארן צוליב פארשידענארטיגע סיבות.

בילד

די צווייטע בוך איז איך בין פארבאטן - I am forbidden, א נאוועלע פון אנוק מארקאוויטש, וועלכע באשרייבט וויאזוי זי האט איבערגעלאזט די סאטמארע געמיינדע אין פאריז אין די יארן נאכן מלמחה. ווי יאנקל שרייבט אין דעם צוגעלינקטן אשכול איז עס איז א מעסיגער בוך וועלכע באשרייבט ביידע צדדים מיט א פאזעטיוון בליק.

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בהעברה בעלמא איז די בוך טיטשא! - Teacha!, א מעמואר פון גערי אלבארעלי, א גוי וועלכער האט געדינט אלץ ענגליש טיטשער אין סאטמאר חדר אויף טרופ עוועניו. דער בוך שילדערט די אמעראצעס פון די קינדער און די הנהלה און זייער אומאינטערעסע אין לימודי חול, ער שילדערט ווי ער האט רחמנות געהאט אויף די קינדער און מיט פארשטענדעניש און מיטגעפיל האט ער מצליח געווען צו פאראינטערעסירן טייל פון זיי אין די ענגלישע לימודים. עס איז א לייכטער בוך, פיל מיט הומאר, אבער ווי זאגט די וועלט? "ווען די נאר איז ווען נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט". בן תמליון האט גוט געזאגט, "ליינט איהם איר וועט לאכן און וויינען אויפאמאל."

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בדרך אגב, איז סוטה - Sotah, א נאוועלע פון נעמי רעיגען. די בוך באשרייבט א חרדי'שע פרוי וועלכע איז געפלאגט פון ראמאנס אין א וועלט ווי בלויז אראנדזשירטע שידוכים זענען ערלויבט.

בילד
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:13 pm

יישר כוחכם ר' יידל פאר א וויכטיק און אינפארמאטיוו טעמע. איך וויל צולייגן עטליכע פון זכרון, איך האב נישט די מעגליכקייט דא אויף א פארצייטישע מאביל צו ברענגען לינקס, אפשר וועט זיך איינער מרחם זיין און משלים זיין.

בויטשיקס אין דע הוד: א פיינער ביכל געשריבן דורך מר. אייזענבערג. ער קען אידיש און האט זיך געדרייט אין אידישע געגנטן ווי וויליאמסבורג, קראון הייטס, אנטווערפן אא"וו. ער לייגט אראפ די פארשידענע געגנטן און חסידות'ן זיינע שמועסן מיט די מענער און פרויען פון וויליאמסבורג אויף א זייער שיינער און הומאריסטיש אופן. דער בוך איז נישט פון לעצטנס זיכער נאך פארן אינטערנעט ווי ווייט איך געדענק.

איך האב לעצטנס באגעגנט דעם אייזנבערג אין בית הספר אין וויליאמסבורג און געכאפט א שמועס מיט איהם. ער שטודירט קאסטנער און די גאנצע סומאטאכע. ער האט געזוכט וואס די סאטמארע שרייבן איבער די נושא.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 12:24 pm

א קלאסישער בוך איבער חסידים איז "האסידיק פיפעל" פון דזשעראם מינץ, געדרוקט בשנות 1990. מינץ האט אפגעראכטן צענדליגער אינטערוויוס מיט חסידים פון ברוקלין, און זיין בוך איז א שטארקער אויטאריטעט אין דער פארשונג פון חסידים.
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאנקל אום זונטאג מאי 12, 2013 12:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:25 pm

יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום זונטאג מאי 12, 2013 12:55 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 12:30 pm

אן אומבאקאנטער, אבער שטארק נוצבארער, בוך איז "די חסידישע געמיינדע פון וויליאמסבורג", געשריבן דורך סאלאמאן פאל אין 1970. דער מחבר האט געוויילט אין וויליאמסבורג פאר עטליכע יאר, און האט צוזאמענגעשטעלט א גאנץ פונקטליכן פראפיל אויף די "בראשית-יארן אין אמעריקע".

בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 12:32 pm

בן תמליון האט געשריבן:איך האב לעצטנס באגעגנט דעם אייזנבערג אין בית הספר אין וויליאמסבורג און געכאפט א שמועס מיט איהם. ער שטודירט קאסטנער און די גאנצע סומאטאכע. ער האט געזוכט וואס די סאטמארע שרייבן איבער די נושא.

חסידים איז, ווייזט אויס, א משפחה אבסעסיע. אייזענבערג'ס טאכטער האב איך אמאל געטראפן, און זי האט נישט געקענט אויפהערן רעדן וועגן חסידים און אידיש (וואס זי זאגט אז זי קען, אבער קען למעשה נישט...).
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מאי 12, 2013 12:34 pm

חיים פאטאק איז געווען גאר א רעספעקטירטע שרייבער. א פוילישער איד וואס איז געקומען קיין אמעריקע מיט א פופציג יאר צוריק, געווארן א קאנסערוואטיווער רב און א מיליטערישער טשאפלעין און געשריבן הערליכע נאוועלען. זיין בוך מיין נאמען איז אשר לעוו איז א רירנדע באשרייבונג איבער א רבניש קינד וואס דערשטיקט און דעקט אויף זיינע ארטיסטישע טאלאנטן. איר האט ווארשיינליך געזעהן אין די באן אדער הייוועי אנאנסן פאר א שפיל מיטן נאמען “My Name is Asher Lev”: The Pain and Passion of a Young Hasidic Artist" עס ווערט געשפילט אין מאנהעטן אין די טעאטארן, און די קריטיקער קאמפלימענטירן איר גאר שטארק.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4217 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:42 pm

איז דאס די זעלבע געשיכטע אינטערן פילם "דע טשאסען"?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מאי 12, 2013 12:50 pm

דער זעלבער מחבר, אן אנדערע ביך. די ביך די טשאוסען איז גוט? עס איז דא דערפון א פילם אויך, איז זי רעקאמאנדירט?
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4217 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 12, 2013 12:52 pm

תמליון, אנטשאסן האב איך נאך נישט געליינט, און כ'האב נישט געוואלט שרייבן פאר כ'ליין. (דיסקלעימאר: סוטה פון רעיגן האב איך אויך נישט געליינט, כ'האב נאר גשריבן דערוועגן ווייל עס איז א בוך וואס איז שוין געווארן דיסוקטירט דא.)
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:53 pm

קופערניקוס האט געשריבן:דער זעלבער מחבר, אן אנדערע ביך. די ביך די טשאוסען איז גוט? עס איז דא דערפון א פילם אויך, איז זי רעקאמאנדירט?


איך האב נאר געזען די פילם. עס איז פיין, חאטש ווי אייביק לייגן זיי נישט אראפ חסידיש לעבן ארגינאל ווי מיר לעבן עס.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 1:09 pm

א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".
בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:17 pm

כאטשיג דערווייל האט מען נאר גערעדט פון ביכער איבער חסידים, קען מען אבער רעדן אויך פון ביכער איבער חרדים וויבאלד געווענליך טוען זיי אווערלעפן.

לעצטנס ארויסגעקומען א בוך שטרענג כשרע' ליינען - Strictly Kosher Reading פון דר. יואל פינקעלמאן, א פראפעסאר אין בר-אילן אוניווערזיטעט אין ירושלים. דער בוך אנאליזירט די מארקעט פון אנגלא-אידישע ביכער פון ארטסקראלל, פעלדהיים, תרגום פרעסס וכדו' פון אן אנטראפאלאגישן און סאציאלאגישן שטאנדפונקט. דער בוך איז צוטיילט אין אפאר חלקים און טוט באזונדער אדורך חרדישע נאוועלן און פיקציעס און זייערע מאטיוון; חרדישע היסטאריע און ביאגראפיע ביכער; חרדישע פאפ-פסיכאלאגיע, סעלף-העלפ, חינוך און שלום בית ביכער; און חרדישע השקפה און אמונה ספרים. עס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש אביסל טעכניש. שטארק רעקמאנדירט פאר די וואס גלייכן די וועלט פון ליטעראטור - וואס קען דען זיין בעסער ווי א בוך איבער ביכער?

בילד
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:20 pm

יאנקל האט געשריבן:א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".

די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:28 pm

אין אן אנדערן אשכול האט מען אביסל געשמועסט איבער דעם סאציאלאגיע פראפעסאר שמואל היילמאן, און יואליש האט דארט דערמאנט צוויי פון זיינע ביכער. אזוי אויך איז אמאל געווען א שמועס איבער אים און זיין זון ווי בערל בעל עגלה האט געשריבן אז זיינע מיינונגען זענען "אומנוצבאר".

איינס פון זיינע ביכער איז סליידינג טו די רייט Sliding To The Right, א דיקע געניץ-אויפברענגנדע בוך ווי היילמאן באשרייבט די אכשר דרא פון דעם חרדישן געזעלשאפט היינט צו טאגס. היילמאן מאכט גאנץ אסאך מיסטעיקס און איז לענ"ד שוואכע סחורה.

די מעלעריי אויפן דעקל ברענגט גוט ארויס דעם אכשר דרא.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יידל אום זונטאג מאי 12, 2013 1:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 1:32 pm

ווי יידל, פעדער'ס בוך איז די אקוראטסטע דאקומענטאציע וואס איך האב נאר אמאל געלייענט. צום ביישפיל, ווען זי דרוקט א שמועס אין אידיש, שרייבט זי עס זאגאר מיט דער חסידישער הברה!

אבער, ווי די דרוקער שרייבן כסדר בשם "קדמונים", "כשם שאי אפשר לבר בלא תבן" וכו', איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אריינפאלן טעותים. צום ביישפיל, אויף זייט 57 דערציילט פעדער איבער א קלאס וואס האט געלערנט איבער "דער ביבלישער געשיכטע פון יעקב וועלכער האט זיך געראנגלט מיט א מלאך וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל מיט א לייטער"...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאנקל אום זונטאג מאי 12, 2013 1:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 12, 2013 2:01 pm

חיים פאטאק איז געווען פון די רעדאקטארן פון דער קאנסערוואטיווער פירוש אויף ש"ס מיט'ן נאמען 'עץ חיים', פאר וועמען ס'איז צו פארדאנקען די רויטע און בלויע ארטסקרול גמ', ווי ערווענט אין דער הסכמה פון הגאון הרב אלישיב זצ"ל.
די פילם דע טשאזען איז איבער א זון פון א רבי וואס פארלאזט זיין פאמיליע טראדיציאן.
אביסל ענליך, די וועלט באקאנטע פילם געזען דורך יעדע וויליאמסבורגער אידענע אין די ניינציגער יארן, עי סטרעינגער עמאנג אס. ביי ביידע זעט מען אביסל די ווערטשאפט פון א רבי'שע שטוב.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2378 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 2:11 pm

"עץ חיים" איז א פירוש אויף דער תורה, נישט ש"ס. הרב אלישיב אין זיין הסכמה מיינט לכאורה שטיינזאלץ און סאנסינא.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:24 pm

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט די בוך the romance reader
פון פערל אבראהאם. די שרייבערין איז א רעביש קינד פון מאנסי, די עלטערן זענען געווען סאטמארע חסידים. זי שרייבט בעיקר איבער איר פערזענליכע לעבן אין מאנסי, אין שולע, און בעיקר מיט איר משפחה. זי פאוקעסט נישט קיין סאך איבער חסידישע אדער סאטמארע לעבן, זי שרייבט בעיקר נאר וואס איז נוגע איר פערזענליכע מעשה.

פאר די וואס קענען מאנסי פון היינט און פון אמאל וועלן זיך שפירן אינדערהיים. זי האט - פונקט ווי אנדערע שרייבער - אפיציעל געשריבען די מעשה אלץ פיקציע, אבער ווער עס קען די משפחה ווייסט אז די מעשה איז קרוב לאמת.

הנוגע פארן ליינער, זי איז אן עקסעפשעניל שרייבערין, זי נעמט די ליינער אויף א גוטע רייד, און עס איז אזוי ציענד אז מען קען עס ענדיגן אין א טאג צוויי. ועל כלם, אלעס איז היימיש און באקאנט.
בייגעלייגטע פיילס
51KNCM1DAJL._SX_.jpg
51KNCM1DAJL._SX_.jpg (22.06 KiB) געזען געווארן 6007 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2869
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6618 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:35 pm

נאך א טאלאנטפולע שרייבער מיוצאי עולמינו איז שלום אויסלאנדער. שלום איז פונקט ווי אבראהאם מיוצאי מאנסי, וכנראה האבן ביידע פון זיי שוין פארלאזט די קאמיוניטי פאר א לאנגע צייט צוריק. לאנג פאר די "OTD" פראזע איז באשאפן געווארן.

אויסלאנדער, קומט כנראה פון אן אמעריקאנער ארטאדאקסיש/ישיבישע משפחה. ער פארמאגט א רייכע פעננע, און א טאלאנטפולע אימעדזשינעישאן. אויב וועט איר ליינען זיין מעמואר foreskin's lament
וועט איר לאכן און אויפהער. ער שרייבט אויפן סאטיריקל סטייל. איך האב געליינט דער בוך באלד ווען עס איז ארויסגעקומען, שוין א שטיק צייט צוריק, ממילא געדענק איך נישט פונקטלעך וואס ער שרייבט. איך ווייס יא אז מיין ווייב האט בשו"א נישט געקענט ענדיגן די בוך צוליב זיין שטארקע שפעט אקעגן כל הקדש לנו. אויב קענט איר עס נישט נעמען מיט א צינישקיעט, איז די בוך נישט פאר אייך.
בייגעלייגטע פיילס
Shalom_Auslander_-_Foresin_s_Lament_-_A_Memoir.jpg
Shalom_Auslander_-_Foresin_s_Lament_-_A_Memoir.jpg (18.46 KiB) געזען געווארן 6000 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2869
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6618 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:53 pm

בן תמליון האט געשריבן:יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.


אינטערעסאנט, איך האב געליינט די זעלבע בוך (בזמנה ווען עס איז ארויסגעקומען) און איך האב הנאה געהאט דערפון מער פון אלע ביכער וואס ווערן דא דערמאנט. the unchosen
געשריבן דורך א נישט פרומע איד העללא ווינסטאן איז אין מיינע אויגן די איינציגסטע אנ-בייעסד בוך. זי שרייבט די פאקטן פונקט ווי זי האט עס געהערט און מיטגעלעבט אן צולייגן א נפחה משלה.

זי מאלט אויך נישט אראפ א בילד כאילו אלע חסידים זענען די זעלבע, און אלע אפגעפארענע זענען די זעלבע. בכלל פארנעמט זי זיך נישט א סאך מיט חסרונות אינערהאלב די קאמיוניטי, זי פארנעמט זיך בעיקר מיט די איבערלעבענישן פון די וואס זענען אומציפרידן מיט די סיסטעם. אום זי איז נישט מסיק קיין שום מסקנות.

זי צוטיילט די אומציפרידנער אין דריי קאטאגאריעס. 1) די וואס זענען פעד אפ, און זיי פארלאזן די קאמיוניטי גענצליך מיט אדער אן זייער מאן/ווייב און קינדער. זיי גייען אדער צו מער ליניענט אידישע קאמיוניטיס אדער צו גוי'אישע. 2) די וואס האלטן נישט ביים פארלאזן אבער זיי ציען דעם שטריק ביזן גרעניץ, למשל, שניצן די בארד, מאדערן קליידער, גייען ארויס ביינאכט צו קלאבס וכדומה. 3) די וואס קענען דאס נישט עפארדן, צו ציליב זייער שלום בית, משפחה וכדומה, אום זיי בלייבן מיט די געהעריגע אויסערליכע אויסזעהן, לאנגע בארד, פאות, שטריימל, זאקן וכו', אבער בתוך תוכיות זענען זיי געהעריגע כופרים.

זי טרעפט זיך מיט מערערע מענטשן פוו א יעדע גרופע, און זי צונעמט גוט וואס די מענטשן גייען אדורך פיזיש, גייסטיש, און עמאציאנאליש.

עס איז א געוואלדיגע בוך לענ"ד, שכח פארן דערמאנען, איך גיי עס איבערליינען.
בייגעלייגטע פיילס
51n2j79drXL._SX_.jpg
51n2j79drXL._SX_.jpg (21.24 KiB) געזען געווארן 5982 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2869
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6618 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm

בין איך דער איינציגער?
איך האב איבערגעקוקט עי לייף אפארט אפשר צען מאל, און איך האב מיך נישט געקענט געהעריג אידענטיפיצירן דערמיט.
בתוך עמי אנוכי יושבת, און איך האב נישט באקומען דעם חינוך וואס זיי מאלן ארא אז מיר באקומען.
אדער האב איך נישט באקומען א חסיד'ישן חינוך, אדער זענען מיר אליין צעטיילט, אדער קענען זיי נישט די נושא.
למשל דער מושג פון 'א רבי', איך האב עס קיינמאל נישט אנגעקוקט מיט'ן זעלבן פרעספעקטיוו ווי זיי שטעלן עס אוועק.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2378 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 3:18 pm

"אנטשאסען" איז גראדע באקאנט פאר טעותים און מיסרעפרעזענטאציעס. א סך וואס האבן גערעדט צו איר האבן זיך נאכדעם אפגערעדט אז זי האט פארדרייט זייערע ווערטער פאר אירע אגענדעס.

אבראהאמ'ס "ראמענץ ריעדער" איז טאקע זייער אינטערעסאנט, און דער בוך ליידט נישט פון די פראבלעמען וואס ביכער פון פרעמדע שרייבערס ליידן. איך מיין אז זי איז א פראפעסארקע אויף ענגליש.

שלום אויסלאנדער איז נישט נאר ציניש, נאר אויך זייער בייסיג. נישט געווען פאר מיין געשמאק.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 6:16 pm

איך האב נישט געזעהן קיין מיסרעפרעזענטאציעס אין אנטשאוסען, קען זיין אז זי האט געשריבן אנדערש ווי זי האט מקבל געווען, אבער אונטערשטע שורה איז, א יעדע פון די בוכ'ס כאראקטארן געפונט זיך אין אונזער עולם. אדרבא, צייג אן וואו זי האט מיסרעפראזענטירט.

לגבי אויסלענדערס ביכער, איך האב טאקע געשריבן אז עס איז נישט פאר יעדעם, עיי"ש.
טאקע זיין נייע בוך hope a tragedy איז מיר שוין אויך געגאנגן אויף די נערווען.
בייגעלייגטע פיילס
51PJF7LWE2L._SX300_.jpg
51PJF7LWE2L._SX300_.jpg (17.5 KiB) געזען געווארן 5483 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2869
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6618 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג מאי 12, 2013 11:18 pm

קופערניקוס האט געשריבן:זיין בוך מיין נאמען איז אשר לעוו איז א רירנדע באשרייבונג איבער א רבניש קינד וואס דערשטיקט און דעקט אויף זיינע ארטיסטישע טאלאנטן.

אה... פון דארט קומט דעם יששכרוני'ס* השראה?....

*ע"ש דעם ממלא מקום וועם ער זעהט אלץ פאסיגער יורש.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3676
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7383 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט