ביכער איבער חרדים און חסידים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

ביכער איבער חרדים און חסידים

שליחה דורך יידל »

חדשים לבקרים קומען ארויס ביכער פון פרעמדע וועלכע באשרייבן אונזער לעבנסשטייגער אדער חלקים דערפון, אין כל מיני זשאנראס, נאוועלן, מעמאורן און אקאדעמישע ביכער. טייל מאל זענען די שרייבער געוועזענע חרדים און חסידים, טייל מאל זענען זיי סתם פרייע אידן און צומאל, גויים. אלץ א חסיד און א חרדי זענען מיר די ביכער גאר אינטערעסאנט. איך שפיר אז אפטמאל זענען זיי ווי א שפיגל אין וועלכע מ'קען אריינקוקן צו זען די אייגענע מעלות און חסרונות. עס איז אויך גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מיר ווערן אפגעמאלן אין די אלגעמיינע וולעט, און וויאזוי א פרעמדער לערנט אפ אונזער קולטור און געזעלשאפט. איך וויל דעם אשכול ווידמען פאר אזעלכע ביכער, לאו דוקא נייע, אפילו אלטע. אבער נישט בלויז אפשרייבן א לאנגע ליסטע מיט נעמען פון ביכער, דאס קען דאך יעדע שמויגער, נאר ווידמען אביסל מער צייט און ווערטער צו באשרייבן די ביכער, די מחברים, זייערע כוונות און אזוי ווייטער.

מיר חסידים גלייכן נישט ווען א בוך (וה"ה א צייטונג, בלאג, יו-טוב קליפ) באשרייבט אונז אין א נעגאטיווען ליכט. דאס איז זייער פארשטענדליך, וויבאלד קיינער - נישט בלויז חסידים - גלייכט נישט ווען שמוציגע וועש ווערן געלופטערט ברבים. אבער מען דארף אנערקענען צוויי נקודות. די ערשטע איז אז עס איז גארנישט דא וואס מיר קענען טון דערוועגן. מיר לעבן היינט אין אן עפאכע ווי יעדער קען זאגן וואס ער וויל און ער וועט האבן טויזענטער מענטשן וואס וועלן אים אויסהערן און גלייבן. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו דעבאטירן צו דאס איז א גוטע זאך - ווי רוב אמעריקע גלייבט, אדער א שלעכטע זאך - ווי איחוד הקהילות טענה'ט. אפגעזען צו עס איז א געבענטשטע זאך אדער נישט, איז עס א מציאות און עס איז לכאורה נישטא וואס מ'קען טון יענעם שטיל צו מאכן. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען פרובירן צו טון איז צוריקשרייען די אייגענע דעה און נוצן די אינטערנעט צו מאכן א פי-אר קאמפיין אנטקעגן יענעם. ווער געדענקט דען נישט דבורה פעלדמאן'ס בעסטסעללער בוך "אנארטאדאקס" וועלכע האט גוט באשמיצט אונזער געמיינדע ווי עס דארף צו זיין. שמעון ראלניצקי און אנדערע האבן פרובירט צו מאכן א שמוץ-קאמפיין אנטקעגן איר און עס איז אפילו געווען שמועות אז איר פרעסטישזפולע פובליצירער "סיימאן & שוסטער" האבן ריקאלד די בוך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געשען, און פרוי פעלדמאן האט ממשיך געווען צו פארקויפן טויזענטע קאפיעס פון איר בוך.

די צווייטע נקודה וואס מ'דארף געדענקען איז, אז קיין איין קאמיוניטי אין דער וועלט איז נישט פערפעקט. מיר - פונקט ווי יעדע געמיינדע אין די וועלט - האבן זיך אונזערע חסרונות. און די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען ארבעטן דערויף איז נאר אויב מיר זענען באוואוסטזיניג צו די פראבלעמען. אין א סאסייעטי ווי אונזער וועלכע ערלויבט נישט אינערליכע קריטיק, קען די קריטיק קומען נאר פון אינדרויסן (אדער פון פארבאטענע פלעצער ווי לדוגמא דער אינטערנעט), און מיר קענען - נאכן ענדיגן קרומען מיט די נאז - נוצן די דרויסענדיגע קריטיק אלץ שפיגל, אנערקענען אז געוויסע קריטיק איז ריכטיג און ארבעטן דאס צו פארבעסערן.

צום ערשט, דא זענען די ביכער וועלכע זענען שוין באשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל אין באזונדערע אשכולות.

די ערשטע איז אנארטאדאקס, א מעמואר פון דבורה פעלדמאן א געוועזענע סאטמארע מיידל, וועלכע איז געקומען פון א צעבראכענע שטוב און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר זיידע באבע. פעלדמאן האט זיך גע'גט פון איר מאן און האט דערנאך גענצליך אפגעלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער. דער בוך האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן אויפברויז אין די חסידישע געמיינדע, אבער אויך אין די אראפ-פון-דרך געמיינדע איז די בוך אראפגעריסן געווארן צוליב פארשידענארטיגע סיבות.

בילד

די צווייטע בוך איז איך בין פארבאטן - I am forbidden, א נאוועלע פון אנוק מארקאוויטש, וועלכע באשרייבט וויאזוי זי האט איבערגעלאזט די סאטמארע געמיינדע אין פאריז אין די יארן נאכן מלמחה. ווי יאנקל שרייבט אין דעם צוגעלינקטן אשכול איז עס איז א מעסיגער בוך וועלכע באשרייבט ביידע צדדים מיט א פאזעטיוון בליק.

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בהעברה בעלמא איז די בוך טיטשא! - Teacha!, א מעמואר פון גערי אלבארעלי, א גוי וועלכער האט געדינט אלץ ענגליש טיטשער אין סאטמאר חדר אויף טרופ עוועניו. דער בוך שילדערט די אמעראצעס פון די קינדער און די הנהלה און זייער אומאינטערעסע אין לימודי חול, ער שילדערט ווי ער האט רחמנות געהאט אויף די קינדער און מיט פארשטענדעניש און מיטגעפיל האט ער מצליח געווען צו פאראינטערעסירן טייל פון זיי אין די ענגלישע לימודים. עס איז א לייכטער בוך, פיל מיט הומאר, אבער ווי זאגט די וועלט? "ווען די נאר איז ווען נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט". בן תמליון האט גוט געזאגט, "ליינט איהם איר וועט לאכן און וויינען אויפאמאל."

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בדרך אגב, איז סוטה - Sotah, א נאוועלע פון נעמי רעיגען. די בוך באשרייבט א חרדי'שע פרוי וועלכע איז געפלאגט פון ראמאנס אין א וועלט ווי בלויז אראנדזשירטע שידוכים זענען ערלויבט.

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 135 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר