אזוי ווי עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין דער אשכל, האט דער מעשה גאר אסאך ענגעלס. יעדעס מאל מען ליינט איבער די מעשה אדער ווען אימער מען טראכט נאר דערפון קען מען טרעפן נייע motifs און נייע אונטערגרונדישע מעסעדזשעס, ספעציעל ווען מען ליינט אנדערע translations, וואס אסאך מאל קען אפילו איין ווארט טוישן א מיינונג פון א גאנצע קאפיטעל. איך וויל דא שרייבן נאך אפאר געדאנקן פון די מעטעמארפעסיס.
לאמיר אריינטראכטן אביסל אין די מעטעמארפעסיס פון גרעגאר סאמסא צו א שרעקליכע אינזעקט. איז מעגליך בכלל אז human being זאל פארוואנדעלט ווערן אין עפעס אן אנדערע באשעפעניש למשל א אינזעקט אדער עני חיה ובהמה? די ענטפער איז יא, פאקטיש געשעהט עס מיט כמעט א יעדער איינעם. איר מיינט אודאי אז איך בין משוגע געווארן. ווער האט דען אמאל געזעהן א מענטש פארוואנדלט ווערן אין אן אנדערע סארט בעל חי? לאמיר קודם ערקלערן גרינגערע דוגמאות און דערנאך וועלן מיר גיין צו מיין ריכטיגע כוונה.
עס מאכט זיך אז א מענטש באקומט די אלדזהיימער׳ס קרענק, ער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום זיך, ער ווייסט נישט אויב עס איז שבת אדער תשעה באב, אויב עס איז טאג אדער נאכט, אויב ער שטייט יעצט פארן פרעזידענט אדער ער זיצט אין טוילעט. וואס איז דא געשעהן? נעכטן איז ער געווען די קלוגסטע געשמאקסטע מענטש אויפן וועלט, און היינט? איז דאס נישט א מעטעמארפעסיס? וואס איז מיט א מענטש וואס האט פארקעסינ׳ס קרענק - זיין גאנצע גוף שאקלט זיך און ווארפט זיך און ער קען נישט שטיין גראד, געווארן פאריליזירט, געכאפט א נערוון בראך, אדער איינער מיט סטעידזש 4 קענסער וואס איז אויף קימאו און רעדיעישאן טעראפי, האט נישט קיין אפעטיט אדער מוט, א.א.וו. מען זעהט דא קלאר א מעטעמארפעסיס פון די human being - עכ״פ אין די פארם וואס מיר קענען איר, צו עפעס אן אנדערע סארט באשעפעניש.
אבער בעצם דארפן מיר נישט גיין אזוי עקסטרעם. כמעט א יעדע מענטש גייט אדורך קלענערע פארוואנדלונגען דא און דארט במשך דאס לעבן. לדוגמא, א מענטש וואס גייט אדורך שוועריגקייטן צוליב פרנסה אדער שלום בית איינגעלעגהייטן און איז נישט זיין געווענטליכע זעלבסט. איינער האט א שווערע בעל הבית וואס דערגייט אים די יארן, דער איז ביי די ארבייט אן אנדערע סארט (צוריקגעצויגן און פארמאכט) מענטש. יעדער איינער קען טרעפן ביי זיך דוגמאות וואס זענען שייך פאר אים.
פלוצלינג זעהט די געדאנק פון מעטעמארפיסיס מער נישט אויס אזוי מאדנע און ווילד.
וואס טוט גרעגאר ווען ער שטייט אויף און ער באמערקט וואס עס איז געשעהן צו אים. ער האט א גאר מאדנע רעאקציע. אנשטאט ווערן היסטעריש צוליב וואס עס געשעהן צו אים, אדער אנשטאט מאכן לאגישע חשבונות ווי אזוי זיך ארויס צו זעהן פון זיין predicament, אנשטאט אנהייבן צו טראכטן ווי אזוי ער וועט קענען לעבן און סורווייווען אין זיין נייע מציאות, גייט ער אן מיט א שרעקליכע denial. זיין איינציגסטע דאגה איז אז ער איז שפעט פאר די ארבייט, זיין בעל הבית וועט אים אנשרייען, ווי אזוי וועט זיין טאטע react'ןו כו׳. Seriously? דאס איז דיין פראבלעם? אז דו וועסט זיין שפעט צום ארבייט? ווי אזוי וועסטו עסן, רעדן, וואקן, קאמוניקירן אדער אפילו בלייבן לעבן איז נישט וויכטיגער?
איז אזא response דען אזוי מאדנע? טוען מיר אלע דען נישט די זעלבע מיט אונזערע קליינע מעטעמארפיסיס? ווען מיר גייען אדורך אונזערע periodical פארוואנדלונגען זענען מיר אויך בעיקר פאר׳דאגה׳ט פון אזעלכע trivial פראבלעמען ווי למשל ארבייט, מאכן אסאך געלט, די appearance וכדומה. יא, קאפקא האט גוט פארשטאנען צו די מעטשליכע idiosyncrasies.
קאפקא האט געשריבן די מעשה פון גרעגאר׳ס שטאנדפונקט. מיר האבן אן אדוואנטידזש אז מיר ווייסן פונקטליך וואס גרעגאר טראכט און פילט טראץ דעם וואס ער קען נישט רעדן. די סאמסא משפחה האבן אבער נישט דער אדוואנטידזש, פון זייער שטאנדפונקט איז גרעגאר א געהעריגע אינזעקט וואס (ווי ווייט מיר ווייסן) האט נישט קיין מחשבות און געפילן, אן אינזעקט וואס מען דארף צוטרעטן און פארטרייבן. גרעגאר פארשטייט דאס אויך. ער פארשטייט אז זיין משפחה האט נושט קיין אהנונג אז ער איז נאך אלץ די זעלבע גרעגאר זייער זון און ברויט-געבער, און דאס איז זיין גרעסטע פיין. ער וויל אזוי שטארק ארויסשרייען און וויינען פארוואס זיי זעהן נישט איין איז נאך אלץ א ברודער און א מעטש מיט געפילן. אבער אנשטאט ווערטער קומט ארויס עפעס א מאדנע שרעקעדיגע קול פון זיין מויל וואס דערשרעקט זיין משפחה מער און מאכט נאר ערגער די מצב. זיין משפחה זעהט דא נאר א שרעקליכע אינזעקט, עפעס וואס מען דארף זיך שעמען דערמיט, קיינער טאר נישט וויסן דערפון, (פונקט ווי מען שעמט זיך ווען מען האט מייז אין שטוב) און מען דארף זיין פארזיכטיג עס נישט צו agitate׳ן. נאר די איינע געטרייע שוועסטער קוקט אים נאך אלץ ווייטער אן ווי די זעלבע אלטע גרעגאר און באהאנדלט אים עטוואס מיט מענטשליכע געפילן. איך זאג נישט אז מיר קענען האבן טענות צו די עלטערן פארן אים אזוי באהאנדלן, מיר האבן אבער היינט - אדאנק קאפקא - מער אינפארמאציע צו קענען וויסן וואס איז באמת פארגעקומען און מיר קענען פארשטיין גרעגאר'ס זייט פיל בעסער.
ממש אזוי איז ביי אונזערע פארוואנדלונגען. די אויסערליכע מענטשן זעהן און פארשטייען נישט אז אינערליך איז מען געבליבן די זעלבע מענטש ווי פריער, מיר זענען נישט ״דער נעבעך״ אדער ״דער רחמנות״ וואס מענטשן מיינען מיר זענען. מיר זענען די זעלבע human being מיט געוויסע אויסערליכע און מעגליך צייטווייליגע שינויים.
די זעלבע איז ווען א human גייט אדורך א רוחניות׳דיגע מעטעמארפיסיס. ״זיי״ מיינען אז דער איז געווארן א שרעקעדיגע אינזעקט, אבער עס איז די זעלבע פיינע מענטש מיט די זעלבע געפילן. ער וויל ארויסשרייען, קוקטס מיר אן ווי א מענטש און נישט ווי עפעס א ווילדע חיה. באהאנדלט מיר ווי א מענטש, treat מיר ווי א מענטש. די פארוואנדעלטע שרייט "איך ווייס אז איך זעה אויס ווי א מאדנע בריאה מיט לאנגע האר, קליינע פאות, אפשר אפילו א שרעקעדיגע לעדערנע מאנטל, אדער אפשר גיי איך מיט nail polish, אן אויפגעדעקטע שייטל, אדער גאר מיט הויזן, אבער דאס איז נאר אן אויסערליכע מעטעמארפיסיס, אינעווייניג בין איך די זעלבע גרעגאר, דער וואס האט געהאט די גוטע הארץ צו ארבייטן שווער צו ברענגן ברויט פאר די גאנצע משפחה. אינעווייניג בין איך די זעלבע ווי אייך, איך וויל סך הכל שלאפן, אויפשטיין, ארבייטן, מאכן געלט, האבן קינדער און זיין פארנומען מיט די זעלבע שטותים ווי איר זענט פארנומען, אדער ענליכע עכ"פ". מיר הערן און ווייסן אבער נישט וואס עס גייט פאר אינעווייניג, מיר האבן די טענדענסי צו זעהן נאר וואס עס טוט זיך אינדערויסן. אויב זעהט עס אויס ווי א מאנסטער איז עס א מאנסטער. די אינערליכע ווייטאג איז גאר שטארק, און נאר דער וואס קען זעהן דורך די אויסערליכע טויש, און איז גענוג קלוג צו מיטהאלטן און פארשטיין וואס גייט פאר פון אינעווייניג קען דאס דערהייבן. דאס איז די genius פון קאפקא. די ענדע פון די מעשה ווייסן מיר אלע אז גרעגאר איז געשטארבן, ויש אומרים אז ער האט commited suicide by hunger צוליב די אויבנ-דערמאנטע פיין. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי קאפקא לייגט אראפ די ריעקשאן פון גרעגאר'ס טאטע און מאמע. בשעת וואס ביידע זענען אויפגעציטערט, דערשראקן, פארשעמט און באזארגט, טוען אבער ביידע אויסערליך ריעקטן גאר אנדערש. די טאטע ווערט ווילד און באווארפט גרעגאר מיט עפלעך אדער עפעס ענליכס, בשעת די מאמע ראנגלט זיך מיט אים צו האלטן רואיג. דא ווידער זעהן מיר נאר די מעשה פון גרעגאר'ס שטאנדפונקט, ווי א קינד זעהט און פארשטייט די געראנגלן צווישן זיין פאטער און זיין מוטער, און עס איז גאנץ אקוראט אראפגעלייגט די figurative מוטערליכע און פאטערליכע קעגנזייטיגע רעאקציעס און התנהגות. (זאל איך אריינגיין דא אין די motif פון אבא ואמא עילעא?

) קאפקא צייגט אונז אז קינדער כאפן אויף און פארשטייען פיל מער ווי מיר געבן זיי קרעדיט.
נאך אן אינטערעסאנטע באמערקונג איז דא אין די לעצטע פאראגראף וואס איך וויל דא ציטירן:
With all the worry they had been having of late her cheeks had become pale, but, while they were talking, Mr. and Mrs. Samsa were struck, almost simultaneously, with the thought of how their daughter was blossoming into a well built and beautiful young lady. They became quieter. Just from each other's glance and almost without knowing it they agreed that it would soon be time to find a good man for her.
באמערקט ווי זייער זון גרעגאר איז יעצט אדורך א געוואלדיגע מעטעמארפיסיס און פון דעם איז ער ליידער געשטארבן, עס איז נאך נישט אדורך קיין צייט אבער מען דאגה'ט שוין חתונה צו מאכן די טאכטער, אולי וועט זי אונז געבן נחת. food for thought.
(באזירט אויף די ליטעראטור lectures פון פראפעסאר
ארנאלד וויינשטיין פון ברוין יוניווערזיטעט, תשחח"ל.)
.