חיים וואלדער און זיינע ביכער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

חיים וואלדער און זיינע ביכער

שליחה דורך יאנקל »

דער בארימטער ישראלישער שרייבער חיים וואלדער איז היינט אין די נייעס נאכדעם וואס די "אלופת הקריאה של ישראל" האט אויסגעקליבן זיינע ביכער ווי אירע בעסטע. וואלדער איז א 44-יעריגער שרייבער וועלכער איז בארימט פאר זיינע ביכער "ילדים מספרים על עצמם", איבערגעזעצט אויף ענגליש ווי "Kids Speak", און אין אידיש ווי "קינדער דערציילן", און נאך פילע ביכער. די ביכער גייען אריין אין לעבן-סיטואציעס און נעמען די לייענען אויף אן עמאציאנעלער רייזע וואס עקפלארירט מענטשליכע געפילן אויף א פארנעם וואס איז פרעצעדענטלאז אין פרומער אידישער ליטעראטור.

אבער זיינע ביכער זענען נישט נאר פאפולער צווישן פרומע. עדי גרפט, א צען-יעריג מיידל, ענדיגט דורכשניטליך 4.5 ביכער א וואך - 235 א יאר. זי איז פאר דעם געווען צווישן די וואס האבן באקומען דעם טיטל "אלופת הקריאה של ישראל". אין אן אינטערוויו מיט "ידיעות אחרונות" האט זי געזאגט אז איר בעסטער בוך איז די סעריע "ילדים מספרים על עצמם" פון חיים וואלדער.

וואלדער איז שוין פארמישט געווען אין עטליכע קאנטראוועריעס. עטליכע וואכן צוריק איז ער באשולדיגט געווארן אין פארגלייכן יאיר לפיד צו היטלער, כאטש ער האט דאס נישט קלאר ארויסגעזאגט. ביי די עקסטרעמע וויליאמסבורגער אידן איז ער שטארק פארפיינטעט, און עס זענען שוין כמה פעמים געווען פאשקעווילן קעגן זיינע ביכער וועלכע ווערן איבערגעזעצט דורך "קינדער שפיל". דא אין שטיבל האט קופערניקוס באשולדיגט וואלדער'ן און גנב'ענען געשיכטעס פון קלאסישע ביכער, א שטייגער ווי די קורצע געשיכטעס פון או הענרי. קופערניקוס האט נישט געברענגט א ספעציפישן ביישפיל, וועל איך צולייגן אז דער געדאנק פון או הענרי'ס געשיכטע "דה גיפט אוו דה מאגי" איז דורך וואלדער פלאגיאירט געווארן אין "ילדים מספרים על עצמם".

בילד
חיים וואלדער

בילד
ילדים מספרים על עצמם

בילד
Kids Speak

בילד
קינדער דערציילן

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר