מאסף "הפעמון"

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

Re: מאסף "הפעמון"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 31, 2017 2:02 am

דאס ווערט פארקויפט אין לעיקוואוד ערגעץ? איך האב פון דעם קובץ קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל

הודעהדורך גלעקל » מוצ"ש אפריל 01, 2017 11:14 pm

ב"ה
א קורצע איבערבליק אויף "הפעמון – צלצול שישי"


איזכורו של רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק ב'משנה ברורה',
געשריבן דורך הרב הגאון ר' ישראל דנדרוביץ, מח"ס 'הנחמדים מזהב' (אלעס וועגן 'גאלד'), און ראש בית המדרש 'באר האבות' אין עַרד, ארץ ישראל.
דער מאמר איז חוקר נאך די מקור המעשה אז די סיבה פארוואס דער איינציגעסטער לעבעדיגע גדול וואס ווערט דערמאנט אין משנה ברורה איז דער גאון רבי מאיר שמחה הכהן, בעל 'משך חכמה', 'אור שמח' – איז צוליב דעם וואס דער 'חפץ חיים' האט געוואלט מיט דעם זיך איבערבעטן (אדער ווייזען אז ער האט נישט קיין טינא קעגען אים) מיט דעם 'אור שמח', נאכדעם וואס זיי האבן זיך 'מתווכח' געווען מיט שארפע לשונות ביי אן אסיפה לטובת הכלל. – איז די מעשה בכלל אמת?
מענין לענין, וועלכע ספרים פון 'בדורו' ברענגט דער 'משנה ברורה' אראפ; פארוואס טאקע ברענגט ער נישט ב'שם' אומרו פון גדולי דורו; א שמועס פון הרב שך מיט להבחל"ח נאוואמינסקע רבי איבער דעם; הגאון ר' נפתלי טרופ'ס חלק אינעם חיבור משנה ברורה; און נאך.

תלי תנא בדלא תנא: מי אתה 'התנא מוקרט'?

אהלי צדיקים (גבאי) האט געשטעלט – נישט ווייט פון רבי יונתן בן עזיאל'ס קבר - א מצבה מיט א טאוועל וואס איז מודיע אז דא ליגט באגבראבן א 'תנא' מיטן נאמען (אדער קומט פון די שטאט) 'מוקרט'! למעשה, לויט ווי הגאון הידען והדייקן הרב ישעי' אשר זעליג מיללער ווייזט אויף, לא דַי איז אזא תנא קיינמאל געווען, נאר אונטער דעם שטיין ליגט א חשוב'ע גוי – הרב מיללער גייט נאך און צייכענט אָן גענוי וויאזוי א טעות פון א מעתיק האט באשאפען אזא מענטש בכלל, און וויאזוי די 'שמות התנאים' פון רבי נתן ברסלבער האט אים געמאכט פאר א תנא.
די מאמר פארמאגט גאר אינטערסאנטע ידיעות איבער פארשידענע 'מקורות' איבער ארץ ישראל'דיגע קברים, געשריבן פאר הונדערטע יארן צוריק.
דער מחבר איז מסיים מיט טרעפליכע פשטים וואס די גמרא מס' קידושין מיינט מיט "יוד קרָת קא חזינא הכא", און אויב ס'האט א שייכות מיט רבי יוסי פון "יוקרת".

עצימת עין אחת: טוב או רע
הגאון הרב יעקב ישראל סטל פון ירושלים, מחבר 'אלפא ביתא דשמואל זעירא' און 'סגולה' און מהדיר כתבי חסידי אשכנז, איז מציין צו פארשידענע מקורות אין חז"ל און אין זוהר, איבער דעם ענין פון 'שתם העין' וואס בלעם רופט זיך אזוי צוויי מאל אין פרשת בלק. איז זיין בלינד זיין אויף איין אויג געווען א 'עונש', אדער האט דאס באשיצט די אידן פון זיין 'שלעכט אויג'? אדער קען זיין אז האט דוקא פארמאכט איין אויג כדי צו האבן א 'עין רע', איז דא חילוק צווישען די רעכטע און לינקע אויג?
א תלמיד פון רוקח שרייבט אז ער איז נוהג צו פארמאכן איין אויג ווען ער דארף עפעס 'דורכטראכן'. – איז דא א חשש פון 'עין רע'?

לתיקונו של סימן: בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא

אין מסכת שבת איז דא אנהייב פון א סוגיא א סימן "בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא", אנדערשט ווי אנדערע סימנים אין ש"ס, וואס איז לייכט צו מקשר זיין די קומעדיגע סוגיא צו די סימן, איז אבער דא פארהאנען א פראבלעם, און ס'איז נישט קלאר וועלכע מאמרים און סוגיות זענען בכלל דעם 'סימן'. דער של"ה הק' שרייבט "זמן רב נצטערתי במאוד על סימן אחד ... שלא הבנתי אותם ונעלם כמעט מעיני כל חי". אין ספר 'שברי לוחות' שרייבט רבי יחיאל מיכל מנמירוב, "רבים תמהים צמאים ותאבים לפרש להם מה טובו ופרושו של סימן זה, שאין לו שום שייכות כלל בסוגיא זו".
הרב מיללער הנ"ל, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם סוגיא, און איז נאכגעגאנגען די כתבי ידות פון די ש"ס, און אנטפלעקט די פשט הפשוט אין די סימן! די הערות פון הרב מיללער זענען א סוגיא פאר זיך, מלא ידיעות און חידושים. לומדים וואס פארשטיין א חילוק פון 'רבה' צו 'רבא' וועלען זיך מחיה זיין מיט דעם מאמר.

פתרון לתמיה: נס החזרת השמש במעלות אחז

הרב יוסף נחמי' הכהן קוואדראט פון לאנדאן, איז מפרש וויאזוי ס'קען שטימען א גמרא אין מס' סנהדרין וואס דערציילט די פרטים פון די מעשה אין ספר מלכים, אז ישעי' הנביא האט געוויזן חזקי' המלך א 'מופת', אז די זון איז צוריק-געגאנגען 10 מעלות, פון נאכמיטאג צו פארמיטאג (צו משלים זיין די 10 מעלות – 10 שעה – וואס די זון איז שנעל אונטער-געגאנגען ווען 'אחז' איז געשטארבן). און אז דער קעניג פון בבל 'מרודך בלאדן' האט זיך צוליב דעם טועה געווען תיכף ביים אויפשטיין פון זיין מיטאג שלאף אין די ניינטע שעה - וואס איז לכה"פ א שעה בעפאר פון ווען ס'האט געקענט פאסירן אז די זון איז צוריק געגאנגען 10 שעה!
מיט קלארע דיבורים, איז הרב קוואדראט דאס מסביר וואזוי דאס שטימט אויפן זייגער, אויפן האָר!

חשבון: שיטות חישוב מנין השנים

דאס אז היי יאר איז ה'תשע"ז, איז נישט לויט אלע שיטות. אנדערע האלטן אז היי יאר איז ה'תשע"ו, אדער גאר ה'תשע"ה. ס'ווענד זיך וויאזוי מ'ציילט א 'יאר', און פון ווען מ'הייבט אן ציילען. הרב בנש"ק ר' שמעון דוב בראנדסדארפער צולייגט די שיטות, און ברענגט צו פארשידענע אופנים וויאזוי אנדערע האבן געציילט די יארן, די רמב"ם'ס חשבונות לשטרות, מנהגי תימן ועוד.
אזוי אויך, פון וועלכע תקופה האט מען בכלל אנגעהויבן ציילן 'לבריאת העולם', ווייל אין תנ"ך און אין חז"ל ווערט נישט דערמאנט אז מ'זאל אנגעבען א יאר לויט וויפיל יארן זי איז פון בריאת העולם.

ה"ראם" במקורות חז"ל וקדמונים

דער 'ראם', וויזעלטיר, - א שיינע ליקוט מיט הערות איבער דעם באשעפעניש, פון איבעראל וואו ס'ווערט דערמאנט אין תנ"ך, חז"ל און מדרשים. דער שרייבער הרב שמעון שלמה זילבער, איז מפרש די שיטות און חילוקי דעות איבער איר גרויסקייט, שטארקייט, כשרות, און נאך.

חינוך: תכונת האדם לפי מיזווג ארבעת יסודות הבריאה

שוין אפאר יאר וואס מיין באקאנטע פון 20 יאר, הרב שמעון גרין פון בארא פארק, א חסידישע אינגערמאן, א מוציא לאור פון כמה ספרים, איז עוסק אין תורת הנפש על טהרת הקודש, און איז ב"ה מצליח צו ליכטיג מאכן פאר פאָֹר-פעלקער, מלמדים, עלטערן, מיט דעם אלטן שיטה פון "חנוך לנער על פי דרכו".
געבויט אויף די זוהר הק' אז יעדע מענטש איז א צוזאמענשטעל פון "אש, מים, רוח, עפר", און לויט די 'מיזוג' אזוי איז זיין מהות – איז הרב גרין מסביר מיט זאכליכע משלים וואס זענען די סמנים פון די יסודות, און וואס איז די ריכטיגע 'חינוך' צוגאנג צו יעדע פון די סארט.
די מאמר איז געשריבן געווארן דורך די עורך הפעמון פון א שמועס מיט הרב גרין פאר צוויי יאר צוריק, און צוליב די גרויס אינטערעסע ביים היימישען עולם אין די שיעורים פון הרב גרין, דינט דעם מאמר אלץ א פתח, צו פארשטיין ווי יעדע יחיד איז א 'עולם מלא', און אז אז ס'איז דא א מהלך ארויסצוברענגען פון יעדעם קינד, יעדע תלמיד, דאס בעסטע און שענסטע פון וואס ער איז געאייניגט פאר.

דרוש לפרשת בשלח ולשביעי של פסח

דאס איז א 'פרסום ראשון' פון א כתב יד, פון א תלמיד, אדער אייניקעל, פון דעם גאון 'רבי טעבלי שייאר'. הרב ישראל מאיר מענדלאוויטש האט מיר געשיקט – מיט רשות פון JTS – צילומים פון עטליכע בלעטער, און נאך אסאך יגיעה, האב איך די זכיה דאס צו מפרסם זיין, וזי"ע.
די מאמר איז על דרך דרוש, ע"ד הספר פרשת דרכים, צו קודם מתן תורה האבן די אידן געהאט א דין בן נח וכו' וכו'.

דעה: אל תהי בז לכל אדם
הרב יעקב שפיץ, וואס זיין פאכמאנישע מאמרים זענען שוין ערשינען אין די פריערדיגע צלצולים, איז משכנע די ליינער די נישט-אויסגעהאלטענע רעזולטאטען וואס די "שומרים קארד" מערכה ברענגט צו. נוצענדיג "מארקעטיג" מעטאדן פון די אלגעמיינע וועלט, נעמט מען א אומבאהאלפענע ערל, און מ'טוט אים אן א העמד מיט נידריגע לאזינגען אויף זיך זעלבסט. הרב שפיץ וואונדערט זיך וואו זענען די מענטשעליכע געפילען, און וואו איז כוונה ווען מ'דאווענט און מ'בעהט 'וישתחו לפניך כל הברואים'?

שרעפים: מרור כורך, שלחן עורך

דער עורך איז מחזק וואס איז ידוע, אז מ'איז איז גארנישט קונה אנע יגיעה. און דעפאר לערענט מען דווקא גמרא און נישט 'משנה תורה', כאטש דאס איז באמת געווען די ציהל פונעם רמב"ם.

טיפין טיפין: כדי שלא ישאר הנייר חלק

קלויזענבורגע רב זצ"ל, פארוואס מ'דעקט צו די אויגן ביים ליינען 'שמע'; רבי מענדל שפראן, פארוואס ער גייט נישט מיט תכלת, כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז; רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, בעלזא און סאטמאר ניצען די זעלבע טעפ, כאטש וואס ביידע האלטן אז זייער פלייש איז מער מהודר. דער גריידיצער זצ"ל, נישט ענטעפרן פאר איינער וואס פרעגט אפ זיינע חידושים, אין א צייטונג. הרב וואזנער זצ"ל, ווארנט א איד איבער פארלירן פרנסה צוליב זלזול אין הלכות שבת.

אין 112 בלעטער וועט איר טרעפן א אוצר מלא ידיעות און חידושים. קויפט דעם צלצול שישי אין ספרים געשעפעט, אדער אויף http://www.hapaamoin.com


ייש"כ
גלעקל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט