George Orwell און זיינע ביכער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

George Orwell און זיינע ביכער

שליחה דורך הוגה »

[justify]George Orwell איז איינס פון די מערסט באקאנטע שרייבער און נאוועליסט אין די צוואנציגסטע סענטארי. זיין עכטע נאמען איז עריק ארטור בלעיר און ער האט גענוצט George Orwell אלץ זיין פען-נאמען. ער האט געוואוינט אין לאנדאן, ענגלאנד און ער איז געשטארבן גאנץ יונג. זיינע ביכער זענען געשריבן געווארן באזירט אויף זיינע וועלטליכע און פאליטישע שיטות. ער איז געווען א שטארקע אפאנאנט פון טאטאליטעריאניזם בכלל און קאמוניזם בפרט. איך אליינס האב נאר געליינט זיינע צוויי מערסט באקאנטע ביכער, 1984 און Animal Farm וועלכער האבן צוזאמען זיך פארקויפט איבער די וועלט מער ווי סיי וועלכער צוויי ביכער פון איין שרייבער פון ווען אימער.

זייער אסאך פון זיינע פראזעס ווערן היינט באנוצט אריין גערעכנט אין די טאג טעגליכער לעקסיקאן. לדוגמא – cold war, big brother און thought police. זיין נאמען ווערט אפיציעל גענוצט צו דעסקרייבען א געוויסען קאלטור אלץ ארוועליען. ארוועליען מיינט א טאטאליטעריען קולטור ווי די פאר פירער פון אויבן קאנטראלירן אלעם און אלעמען, ספעציפיש די אקענאמיע און דאס פירט די גאנצע געמיינדע פונעם קולטור טיף אין דער ערד פון אלע זייטן, א שטייגער ווי קאמוניסטישע לענדער.


1984

דער בוך איז א Masterpiece! עס איז פובליצירט געווארן אין 1949. די מעשה איז אבער פלאצירט אין די imaginary וועלט פון 'ארוועל' אין די יאר 1984.

(דער בוך מוז געליינט ווערן אין די קאנטעקסט פון יענע צייט ווען עס איז געשריבן געווארן, באלד נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די צוויי וועלט מאכטן האבן זיך צוטיילט אזוי נישט-מיר נישט-דיר מיט לעדערלעך פון די וועלט כאילו ס'וואלט געווען לאטקעס. רוסלאנד האט געהאלטן אין איין צולייגן לענדער צו זייער סאוויעטישע פארבאנד פון קאמוניסטישע לענדער, און אמעריקא האט זיך געהאלטן אין איין אויפבויען מיט אירע אלאירטע לענדער.)

די וועלט איז צוטיילט אין דריי גרויסע רעגירונגען וועלכער לעבן א יעדע טאג אונטער די שאטן פון די נעקסטע אנקומענדע גרויסע קריג צווישן די דריי. די מעשה איז אין די אשיען פראווינס פון איינער פון די רעגירונגען. די הויפט כאראקטאר ווינסטאן סמיט איז גאנץ א פשוט'ע בירגער פונען לאנד און די נארעיטאר גייט אים נאך אין א ראלער קאוסטער פון א מעשה וואס אנטפלעקט ווי די רעגירונג קאנטראלירט וואס מענטשן עסן, ליינען, טוען פאר פארוויילונג, רעדן, ארבייטן, הייראטען וכו'.

דאס גאנצע לאנד איז קאנראלד, פאטראלד און אונטער די אויפזיכט פון סיקרעט פאליציי וואס קוקן נאך צו מאכן זיכער אז קיינער גייט נישט ארויס פון די ליין. ווען יא, ווערט די מענטש פארשווינדן צו א ספעציעלע פלאץ וואו זיין מח ווערט געפיקסט אז עס זאל שטימן מיט די אגענדע און מיט די לאנד. אויך באקומען מיר א בליק אריין אין די מידיא דעפארטמענט וואו מיר זעהן ווי אזוי זיי דארפן ארבייטן איבערצושרייבן היסטאריע א יעדע פאר יאר כדי עס זאל שטימען מיט וואס די פירערשאפט טוט יעצט און מיט זייער יעצטיגע אגענדעס און פירער (אגב, דאס געשעהט היינטיגע טעג אין נארט קאריע).

עס איז נישט מעגליך פארצושטעלען די genius פון ארוועל פארן קענען שרייבן אזא בוך. איך בין נישט זיכער אויב ארוועל האט טאקע געהאלטן אז די וועלט וועט אזוי אויסזעהן אין 1984 (אין א געוויסע זין האט טאקע אזוי אויסגעזעהן אויף געוויסע ערטער) אדער איז דאס געווען א הוילע פאנטאסטישע נאוועלע. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז זיין imagination איינס אין די וועלט. אין א קורצע באשרייבונג איז נישט מעגליך אראפ צו ברענגן אלע פרטים פון די מעשה, אבער אויב זענט איר אן avid ליינער איז דער בוך גאר שטארק רעקאמאנדירט.


Animal Farm

דער בוך איז אין מיין אפיניאן מער געניאל ווי 1984. דער בוך איז געשריבן געווארן אין 1943 און פובליצירט אין 1945. דער בוך איז א משל אויף לענין, טראצקי און סטאלין און אנדערע רעוואלוציע פירער אין די קאמוניסטישע רעוואלוציע פון 1917.

א גרופע בעלי חיים, חזרים, פערד, אייזל, שעפעלעך, הונט וכו' פון א פארם אין ענגלאנד נעמען זיך צוזאם נאך דעם וואס זיי זענען מיד געווארן פון ארבייטן אזוי שווער נאר כדי אנדערע (מענטשן) זאלן קענען האבן הנאה, און זיי זענען מחליט אז זיי וועלן מכאן א רעוואלוציע אקעגן די מענטשליכע בעלי בתים פון די פארם. נאך די רעוואלוציע ביי א מיטינג פארשפרעכן די פירער פון די רעוואלוציע (די חזירים) גלייכ-בארעכטיגקייט פאר אלע, און אז קיינער וועט נישט זיין גרעסער איינער פון אנדערע, אדער געוועלטיגן איינער אויפן אנדערע.

מיט א פרישקייט האבן זיך אלע בהמות וחיות גענומען ארבייטן פלייסיג וויסנדיג אז זיי ארבייטן "נאר" פאר זיך. אויך האבן זיי געוויסט אז יעצט וועט זייער ארבייט זיין אסאך גרינגער צוליב דעם וואס זיי דארפן נישט טיילן זייער עסן מיט די פאראסיטישע מענטשן וואס ארבייטן נישט, ווי אויך אז קיינער וועט נישט נוצן זייער האנט-ווערק זיך צו בויען די רייכקייט.

די צוויי קלוגע חזרים זענען (אנשטאט ארבייטן) פארנומען א גאנצע טאג אויספלאנירן וואס מען קען טון צו פארבעסערן די פארם. שטייטליך האבן זיי פארשטייט זיך איבערגענומען די פירערשאפט און האבן געטון מיט אלעס ככל העולה על רוחם. די בוך ענדיגט זיך מיט די נייע סלאגאן פון די Animal Farm.

ALL ANIMALS ARE EQUAL, BUT SOME ARE MORE EQUAL THAN OTHERS

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ארוועל אליינס איז געווען א שטארקע סאציאליסט, און ער טוט קיינמאל אין זיין שרייבווערק נישט אוועק מאכן די סאציאליסטישע אידאליזם, אדרבא ער דערהייבט עס גאר שטארק. ער איז נאר געווען א שטארקע שונא פון קארופציע, און דאס איז די הויפט טעמע אין ביידע ביכער. אין מיין אפיניאן שטעקט אין דעם אביסל די שוואכקייט פון ארוועל אז ער האט געלעבט אין די utopian חלום אז סאציאליזם קען פונקציאנירן פאר א לענגערע צייט-אפשניט אן קיין קארופציע.

איך פערזענליך האב שטארק אינטערעסע אין Animal Farm. קארופציע דורך געמיינדע פירער איז א hot buttun issue פאר מיר. אין Animal Farm האב איך געפונען זייער שטארקע ענליקייטן צו מיינע mental קאשמארן. אין א געוויסע זין זעה איך אין דער בוך געוויסע כאראקטארן וואס פלאגן היינט די חרדי'שע וועלט און אירע געמיינדעס. זייער אסאך סענטימענטן וואס ווערן אזוי eloquently געליינט צווישן די שורות פילן אסאך (איך בין אסאך ;) ) אין אונזערע געמיינדע ביחס צו די פירער.

כמעשהו בראשו כך מעשהו בשני, דאס איז א קורצע מעשה וואס איך רעקאמאנדיר שטארק פאר קינדער און ערוואקסענע צוגלייך.




וואס האלט איר?[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
61rEm4nCfoL._SY300_.jpg
61rEm4nCfoL._SY300_.jpg (28.93 KiB) געזען געווארן 8426 מאל
41HzcSDAJCL.jpg
41HzcSDAJCL.jpg (22.27 KiB) געזען געווארן 8426 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר