דזשעי-קעי ראלינגס ליטערארישער שפיצל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 682 מאל

דזשעי-קעי ראלינגס ליטערארישער שפיצל

שליחה דורך סופר ומונה »

אין ענגלאנד איז אין אפריל ארויס א נאוועלע מיטן נאמען 'די קוקוקס רוף'. די קריטיקער האבן שיין אויסגעלויבט דעם בוך, אבער פארקויפט האט זיך נאר 1,500 קאפיעס. דער מחבר איז אנגעגעבן געווארן ווי ראבערט גאלבראיט, וועלכער איז א געוועזענער אנגעשטעלטער אין דער קעניגלעכער מיליטערישער פאליציי. קריטיקער האבן אנגעמערקט אז דער בוך איז שטארק איינדרוקספול פאר אן ערשטן בוך פון א מחבר, און די לעבעדיקייט פון די כאראקטערן ווייזט אויף שטארקע ליטערארישע קוואליפיקאציעס.

אויף אמאזאן האט עמיצער געשריבן: "דער בוך איז אזוי גוט געשריבן, אז איך בין חושד אז אין יארן ארום וועלן מיר הערן אז דעם מחברס נאמען איז א פסעוודאנים פון א באקאנטן שרייבער. פילע שילדערונגען מאכן דעם לייענער שפירן ווי אן אקופאנט אין דער סצענע. איר קענט שפירן דעם וועטער, די אנגעצויגנקייט, די ווייטיק, די אטמאספערע פון די אסיפות."

אינמיטן פארגאנגענער וואך איז דער 'סאנדיי טיימס' פון לאנדאן געוואויר געווארן א גרויסער סוד. "ראבערט גאלבראיט" איז טאקע א פסעוודאנים פון א באקאנטער שרייבער, און עס איז גארנישט דער ערשטער בוך פון דער שרייבער... נישט קיין אנדערע ווי דזשעי-קעי ראלינג, די בארימטע מחברטע פון די 'הארי פאטער' ביכער, האט בסוד געשריבן דעם בוך. נאכדעם וואס די נייעס איז באקאנט געווארן פאריקן שבת, איז דער בוך תיכף ארויף צו נומער 1 אויף אמאזאן.

די געשיכטע אין דעם 'ניו יארק טיימס'.

בילד

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר