בלאט 1 פון 1

צנזורה בספר "לאן", תירגום Rejoice O Youth - ר' אביגדור מילר

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 6:03 pm
דורך ראובן
הרב אביגדור מילער ז"ל איז באקאנט פאר זיינע ספרי השקפה אין דער ענגלישער שפראך, וואו ער האט געשילדערט אידישקייט און היסטאריע לויט זיין בליק. זיין ערשטער ספר איז געווען Rejoice O Youth וואס איז ערשינען אין 1962, און איז א פרואוו איבערצואווייזן דעם אמת פון אידישקייט. הארט פאר זיין פטירה איז דער ספר איבערגעזעצט געווארן אויף עברית מיט'ן נאמען "לאן".

אין די יארן וואס זענען דורך האט זיך די סענסיטיוויטעט פון חרדישע אידן געטוישט, און זאכן וואס האבן געקענט געשריבן ווערן אין 1962 האבן שוין נישט געקענט פובליצירט ווערן אין 2000. דאס איבערזעצן פון א ספר איז דעריבער די פאסיגע צייט צו אימפלעמענטירן א צענזור וואס וועט צופאסן דעם ספר צו די נייע סענסיוויטעטן.

פאלגנד זענען עטליכע ביישפילן פון פאראגראפן וועלכע ערשיינען אין דעם אריגינעלן ענגלישן ספר וואס זענען שטארק רעדאגירט אדער צענזורירט געווארן אין דער העברעאישער מהדורא:

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 6:04 pm
דורך ראובן
.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:52 pm
דורך הוגה
@ראובן, זייער אינטערעסאנט. קודם כל, כ'האב אלץ געמיינט אז ר' אביגדור איז געווען א שטארקע פרימאק, but I guess אז אין יענע צייטן האט פרום געהאט אן אנדערע באדייט ווי היינט. ווער איז אבער דער וואס איז מחליט אז ר' אביגדור איז נישט געווען פרום גענוג און צענזורירט זיינע רייד? איז דאס דיין אייגענע אויפטרעף, אדער האסט עס געטראפן אנליין? אויב האסטו עס געטראפן ביטע צייכן צו א לינק. אלנפאלס, יישר כח.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:26 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער ערשטער צענזור שטערט מיך אממערסטענס.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 6:59 am
דורך שליח
פרופ. ראובנוויץ, מומחה לעניני צנזורה.

אבער ערנסט גערעדט, איז נישט מעגליך אז דאס איז געווען בציווי ר"א מיללער עצמו? ס'איז גאנץ מסתבר אז ער האט געהאלטן אז א ספר פאר בני הישיבות דארף זיין איידעלער געשריבן ווי א ביכל וואס איז מיועד פארן ברייטן פובליקום.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:39 am
דורך יידל
אלעס איז מעגליך, עס איז אבער נישט מסתבר אז ר' אביגדור האט זיך געהאלטן איידעלער פון די ראשונים, א שטייגער ווי דער חובת הלבבות.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:43 pm
דורך ראובן
הוגה האט געשריבן:ווער איז אבער דער וואס איז מחליט אז ר' אביגדור איז נישט געווען פרום גענוג און צענזורירט זיינע רייד? איז דאס דיין אייגענע אויפטרעף, אדער האסט עס געטראפן אנליין? אויב האסטו עס געטראפן ביטע צייכן צו א לינק. אלנפאלס, יישר כח.

איך ווייס נישט ווער עס האט מחליט געווען צו צענזורירן הרב מילער'ן. דאס איז אן אייגענעם אויסטרעף - אבער נישט אינגאנצן מיינס, כ'האב געהאט הילף פון א חבר מיינעם.

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:45 pm
דורך ראובן
שליח האט געשריבן:פרופ. ראובנוויץ, מומחה לעניני צנזורה.

אבער ערנסט גערעדט, איז נישט מעגליך אז דאס איז געווען בציווי ר"א מיללער עצמו? ס'איז גאנץ מסתבר אז ער האט געהאלטן אז א ספר פאר בני הישיבות דארף זיין איידעלער געשריבן ווי א ביכל וואס איז מיועד פארן ברייטן פובליקום.

איך זע נישט פארוואס "לאן" זאל זיין געווידמעט פאר בני הישיבות מער ווי Rejoice O Youth. ביידע ביכער זענען כמעט די זעלבע, און צילן לכאורה פאר דער זעלבער לייענערשאפט - נאר אין אנדערע שפראכן. עס איז טאקע מעגליך אז הרב מילער האט אליין מחליט געווען זיך צו זעלבסטצעזורירן (כאטש עס איז נישט מסתבר, ווי יידל האט שוין געשריבן), אבער שטרייכט ווידעראמאל אונטער ווי די חרדישע סענסיטיוויטעטן האבן זיך געטוישן אין לויף פון די יארן.

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:38 pm
דורך לעיקוואד
עס קומט בערך אריין אין דער שמועס איך האב נישט געטראפען א מער כללותדיגער אשכול איבער ר אבגדור

השפעת החילוניות על הגות חרדית- הגותו של הרב אבגדור מילר כמקרה מבחן - יקיר אנגלנדר

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 10:21 am
דורך ראובן
סענסיטיוויטעטן פון חרדיזם-2000 האט מען רואיג צענזורירט אין כתבי הרב מילער, אבער דעם פאלגנדן עקלהאפטיגן ראסיסטישן פאראגראף האט מען געקענט דרוקן אין "תורת אביגדור" פרשת תרומה תשע"ט:
So we’ll explain it like this. Let’s say you have a boss over you. The boss himself is an underling, a nobody, but he’s your boss, what can you do. There’s no great pride there. You won’t pride yourself that you work for the colored man in the warehouse. Nothing wrong with working for a colored man, but it’s no great pride.

איראניש ווי הרב מילער פירט אויס ווייטער:
But let’s say somebody is an assistant to the president, so he feels important already.


באראק אבאמא אלס פרעזידענט וואלט אים אראפגעפירט פון גלייכגעוויכט.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 11:19 am
דורך צפור בודד
מן הסתם האט מען מן השמים צוגעפירט אז ער איז אוועק פאר אבאמא איז געווארן פרעזידענט אזויווי אברהם אבינו איז אוועק איידער ער זאל דארפן צוזעהן ווי ישמעאל יצא לתרבות רעה.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 12:46 pm
דורך אישתישבי
עס איז אמאהל געוועהן נארמאל אזוי צו רעדן, שווארצע מענטשען זענען געוועהן אנגעקוקט ווי מאנקיס, און דאס מיינט נישט אז די מענטשן וואס האבן אזוי גערעדט זענען נישט געוועהן אזוי קלוג ווי אונז, זיי האבן פשוט נישט געהאט דער סענסעטיווקייט. עס וועט קומען א צייט וואס אונז זעלבסט וועלען זיך שעמען (האפענטליך אין קבר) מיט זאכן וואס אונז שרייבן מיר.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 12:55 pm
דורך הקטן
ראובן האט געשריבן:סענסיטיוויטעטן פון חרדיזם-2000 האט מען רואיג צענזורירט אין כתבי הרב מילער, אבער דעם פאלגנדן עקלהאפטיגן ראסיסטישן פאראגראף האט מען געקענט דרוקן אין "תורת אביגדור" פרשת תרומה תשע"ט:
So we’ll explain it like this. Let’s say you have a boss over you. The boss himself is an underling, a nobody, but he’s your boss, what can you do. There’s no great pride there. You won’t pride yourself that you work for the colored man in the warehouse. Nothing wrong with working for a colored man, but it’s no great pride.

איראניש ווי הרב מילער פירט אויס ווייטער:
But let’s say somebody is an assistant to the president, so he feels important already.


באראק אבאמא אלס פרעזידענט וואלט אים אראפגעפירט פון גלייכגעוויכט.

איך מיין דאס האט מער מיט א stereotype פאר ארבעטן פאר נישט קיין גרויסע אינטעלעקט וואו דאס האט מיט רעסיזעם
you work for the colored man in the warehouse
ער נענט אן די ליינער אדער ציהערען וועט אננעמען מן הסתם ווערסטו נישט ציפיל באצאלט און מן הסתם איז דאס נישט קיין פרעסטישפאל דזאב
צי דאס איז אמת צי נישט קימט נישט דא אריין, איין זאך איז זיכער, ס'איז נישט פאליטיקלי קארעקעט אזוי צי זאגן אדער טראכטן.

ווען די זאגסט דו ארבעסט און א ליגעל פירם און דיין אויפזער איז א שווארצע וואלט דאס נישט געהאט די זעלבע קאנעטעשן, נישט ביי מיר און נישט ביי ר' אביגדר און איך מיין אויך נישט ביי ראובן.

איך קען אננעמען אז ר'אביגדר וואלט געהאלטן אז איינער וואס איז די רעכטע האנט פאר אבאמא האלט זיך יא "וויכטיג", און מיט רעכט.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 1:10 pm
דורך chosen people
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אמאהל געוועהן נארמאל אזוי צו רעדן, שווארצע מענטשען זענען געוועהן אנגעקוקט ווי מאנקיס, און דאס מיינט נישט אז די מענטשן וואס האבן אזוי גערעדט זענען נישט געוועהן אזוי קלוג ווי אונז, זיי האבן פשוט נישט געהאט דער סענסעטיווקייט. עס וועט קומען א צייט וואס אונז זעלבסט וועלען זיך שעמען (האפענטליך אין קבר) מיט זאכן וואס אונז שרייבן מיר.


@ראובן האט נישט גערעדט צו ר' אביגדור האט געטוהן אן עוולה. ער רעדט פון דער דרוקער וואס לעבט אין תשע''ט פארוואס ער האט עס נישט ארויסגענומען. ספעציעל ווען מען זעהט אז זיינע מענטשן האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו צענזורירן אנדערע שטיקלעך.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 1:16 pm
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:עס וועט קומען א צייט וואס אונז זעלבסט וועלען זיך שעמען (האפענטליך אין קבר) מיט זאכן וואס אונז שרייבן מיר.

דאס מיינט נישט מיר וועלן זיין בעסערע מענטשן וואו היינט.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 1:52 pm
דורך ראובן
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אמאהל געוועהן נארמאל אזוי צו רעדן, שווארצע מענטשען זענען געוועהן אנגעקוקט ווי מאנקיס, און דאס מיינט נישט אז די מענטשן וואס האבן אזוי גערעדט זענען נישט געוועהן אזוי קלוג ווי אונז, זיי האבן פשוט נישט געהאט דער סענסעטיווקייט. עס וועט קומען א צייט וואס אונז זעלבסט וועלען זיך שעמען (האפענטליך אין קבר) מיט זאכן וואס אונז שרייבן מיר.

ריכטיג, אבער אז כ'וועל דיר ברענגען א דרשה פון א דייטש אין 1934 וואס זאגט גענוי דאס זעלבע וועגן א איד, גלייב איך נישט אז דו וועסט האלטן אז יענער איז געווען א נאבעלער מענטש.

און ניין, הרב מילער איז נפטר געווארן אין יאר תשס"א, ווען שווארצע האבן שוין גענאסן פון גלייכבארעכטיגונג פאר צענדליגער יארן, און יעדער ציוויליזירטער מענטש האט געוואוסט אז אזוי רעדט מען נישט. אויף ווי ווייט איך ווייס, האט הרב מילער קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון זיינע רייד וועגן שווארצע, און ווי איר זעט, דרוקן זיינע תלמידים די ווערטער ביזן היינטיגן טאג.

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 10, 2019 1:53 pm
דורך ראובן
chosen people האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס איז אמאהל געוועהן נארמאל אזוי צו רעדן, שווארצע מענטשען זענען געוועהן אנגעקוקט ווי מאנקיס, און דאס מיינט נישט אז די מענטשן וואס האבן אזוי גערעדט זענען נישט געוועהן אזוי קלוג ווי אונז, זיי האבן פשוט נישט געהאט דער סענסעטיווקייט. עס וועט קומען א צייט וואס אונז זעלבסט וועלען זיך שעמען (האפענטליך אין קבר) מיט זאכן וואס אונז שרייבן מיר.


@ראובן האט נישט גערעדט צו ר' אביגדור האט געטוהן אן עוולה. ער רעדט פון דער דרוקער וואס לעבט אין תשע''ט פארוואס ער האט עס נישט ארויסגענומען. ספעציעל ווען מען זעהט אז זיינע מענטשן האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו צענזורירן אנדערע שטיקלעך.

ריכטיג, דאס איז דער עיקר נקודה דא, און דערפאר האב איך אריינגעשטעלט דעם ענין אין דעם אשכול וואס רעדט פון דעם צענזור אויף כתבי הרב מילער.

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 11, 2019 2:40 am
דורך וואלווי
הקטן האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:סענסיטיוויטעטן פון חרדיזם-2000 האט מען רואיג צענזורירט אין כתבי הרב מילער, אבער דעם פאלגנדן עקלהאפטיגן ראסיסטישן פאראגראף האט מען געקענט דרוקן אין "תורת אביגדור" פרשת תרומה תשע"ט:
So we’ll explain it like this. Let’s say you have a boss over you. The boss himself is an underling, a nobody, but he’s your boss, what can you do. There’s no great pride there. You won’t pride yourself that you work for the colored man in the warehouse. Nothing wrong with working for a colored man, but it’s no great pride.

איראניש ווי הרב מילער פירט אויס ווייטער:
But let’s say somebody is an assistant to the president, so he feels important already.


באראק אבאמא אלס פרעזידענט וואלט אים אראפגעפירט פון גלייכגעוויכט.

איך מיין דאס האט מער מיט א stereotype פאר ארבעטן פאר נישט קיין גרויסע אינטעלעקט וואו דאס האט מיט רעסיזעם
you work for the colored man in the warehouse
ער נענט אן די ליינער אדער ציהערען וועט אננעמען מן הסתם ווערסטו נישט ציפיל באצאלט און מן הסתם איז דאס נישט קיין פרעסטישפאל דזאב
צי דאס איז אמת צי נישט קימט נישט דא אריין, איין זאך איז זיכער, ס'איז נישט פאליטיקלי קארעקעט אזוי צי זאגן אדער טראכטן.

ווען די זאגסט דו ארבעסט און א ליגעל פירם און דיין אויפזער איז א שווארצע וואלט דאס נישט געהאט די זעלבע קאנעטעשן, נישט ביי מיר און נישט ביי ר' אביגדר און איך מיין אויך נישט ביי ראובן.

איך קען אננעמען אז ר'אביגדר וואלט געהאלטן אז איינער וואס איז די רעכטע האנט פאר אבאמא האלט זיך יא "וויכטיג", און מיט רעכט.


פארוואס פארענפערט מען ר' אביגדור מיללער מיט פאלשקייט?

ער איז געווען אן אדם גדול, אבער ער האט קלאר געהאט א מענטשליכער חסרון אז ער איז געווען א ראסיסט. עס מאכט נישט אוועק זיין צדקות, תורה, און אויפטוהען.

ווען דאס וואלט געווען א פליטת פה און די איינציגסטע פלאץ ווי ער דריקט זיך אויס "נישט שיין" אקעגען אפריקאנער-אמעריקאנער קענסטו אפשר אריינלערנען פשט אז ער האט געמיינט דאס אדער יענס. למעשה, אויסגעשפרייט אין זיינע ספרים טרעפט מען עטליכע מאל קלארע אפענע ראסיסטישע רימארקס. נישטא וואס צו פארדעקען, ער איז געווען א ראסיסט אפילו בימיו.

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 11, 2019 10:21 am
דורך הקטן
איך האב אבער נישט קיין פראבלעם מיט זאגן אדער טראכטן, אז די אדער יענע ראסע, האט מעלות אדער חסרונות, איבער אן אנדערע ראסע, איך האב נישט קיין סיבה צי האלט אז ר' אביגדר האט אנדערש געהאלטן. (רוף מיך א ראסיסט אויב דו ווילסט, אז דו ווילסט דאס מאכן מער סקערי קענסטו זאגן אז די נאציס האבן אויך אזוי געהאלטן)

איך האב א פראבלעם מיט איינער וואס האלט ווייל יענער איז נישט מיין ראסע אדער ווייל יענע ראסע איז בעסער אדער ערגער וואו מיין ראסע ע"כ מעג איך באגיין אן עוולה אגעגען אים.
איינער וואס קימט צי די מסקנה האט א פראבלעם צי ער איז יא א רעסיט צי נישט.

צי אינזער שמוס דא, ס'איז נישט מעיאטעלי-עקלאסיוו, מען קען זיין סיי א רעסיט און מען קען אויך האבן געוויסע סטיריא-טייפס
למשל איינער קען האלט אז ס'איז סעסייעטי שילד, נישט ראסע, וואס מאכט די שווארצע זאלן האבן שוואכערע סארט דשאבס - און דאך האבן די סטיריא-טייפ פין
You won’t pride yourself that you work for the colored man in the warehouse. Nothing wrong with working for a colored man, but it’s no great pride

ווייל זיכער איז דאס נישט צי א חשבע דשאב