ניי-ערשינען: "השגחה פרטית: טווין טאוערס"

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

ניי-ערשינען: "השגחה פרטית: טווין טאוערס"

שליחה דורך קארלסבורג »

גלייך נאך די אטאקעס פון סעפטעמבער 11 איז ערשינען א הערליכן בוך מיט ערשטהאנטיגע אויטענטישע מעשיות וויאזוי מענטשן זענען געראטעוועט געווארן דורך השגחה פרטית. יעצט, צום 12טן יארטאג פון דער שרעקליכער טראגעדיע איז דער בוך פריש ערשינען, אבער גאר שיין איבערגעארבעט מתחלה ועד סוף אין לייכטער שפראך צוגעפאסט פאר יעדן, ארויסגעגעבן דורך דעם בארימטן שרייבער און מגיה מומחה הר"ר יעקב יוסף סורקיס. דער בוך איז פראפעסיאנאל געשריבן, אבער גלייכצייטיג לייענבאר און ציענד, ווי ס'פאסט זיך פאר א לאנגיאריגן מגיה, און די געשיכטעס לייענען זיך מיט שפאנונג און דראמא.

דער מחבר האט אינוועסטירט אן אומערמידליכער ארבעט נאכצוגיין און אנקומען צו הערן פון מענטשן אליין און מברר זיין די איינצלהייטן. דער בוך אנטהאלט אויך די געשיכטע, אנטוויקלונגען, ווי אזוי ס'איז געשען, די אטאקעס, עראפלאנען וכו', אויך ניצולים פון עראפלאנען וואס זענען משום סיבות שונות נישט אנגעקמען אדער ארויפגעלאזט געווארן אויף די פארכאפטע עראפלאנען, אויך אן אפטיילונג פון די איבערלעבענישן פון חברי הצלה, און עס איז גאר אינטערעסאנט ווי אזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן בהשגחה פרטית.

אין דער נייער אויפלאגע איז צוגעלייגט געווארן א נייעם פרק אויף דער עלימינירונג פון אסאמא בין לאדען, און נאך אינטערעסאנטע בילדער און געשיכטעס וועלכע זענען נאך נישט געדרוקט געווארן.

אויף "קול מבשר" קען מען הערן אן אינטערוויו מיט'ן מחבר. דרוקט 3, נאכדעם 1, און נאכדעם 895.
בייגעלייגטע פיילס
Book.JPG
Book.JPG (139.3 KiB) געזען געווארן 2402 מאל
.Cogito ergo sum
René Descartes -

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר