"א סוכה ברענט", די טראנספארמאציע פון וויליאמסבורג (רעצענזיע)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הודעהדורך מיר'ער בחור » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:08 pm

יידל האט געשריבן: פישמאן פארציילט ווי אין הרב באסקין'ס שול האבן געדאווענט אפילו מחללי שבתות און מענטשן וואס זענען געקומען אין שול בלויז אין די ימים נוראים. דאס איז געקומען צו אן אפשטעל ווען א סאטמארער אידל, חיים געלב וואס איז לויט פישמאן געווען האלב-משוגע-האלב-צדיק האט אנגעהויבן ארגעניזירן פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וועלכע זענען אפט געקומען עד לכדי הכאה. דער געלב, לויט וויאזוי פישמאן לייגט אים אראפ, איז געווען דער זיידע פון די צימערמאן/לאוב/קלאר קליקע, און ווי עס שיינט איז ער דער וואס האט קאליע געמאכט וויליאמסבורג, נישט דער רבי זי"ע...

דאכצעך מיר אז אויף דעם ר' חיים ע"ה ווערט פארציילט [בערך אזוי] אז פאר זיין פאטער איז געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צום גארליצ'ער רב פאר א ברכה אז ער זאל עם קענען אויפציען אידישלעך אינעם "טריפה'נעם אמעריקע" אין די גארליצ'ער רב האט עם אנגעוואונטשען אז זיינע קומענדיגע דורות וועלן זיין שומרי תורה ומצוות, אין דעמאלטס האט די גארליצ'ער רב געזאגט אז ער האט בקבלה אז משיח וועט קומען פון אמעריקע...
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 1:18 am

מירער בחור: איך האב געהערט די מעשה איבער שינאווער רב זצ"ל. אן נאך האט ער געזאגט פאר ר' חיים געלב'ס טאטע. אז פאר איהם האט ער נישט מורא (אז ער וועט ח"ו קאליע ווערן אין אמעריקע.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14094
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9201 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט