נישט קיין ברי און נישט קיין שמא - מיין אייגענע מיינונג

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

נישט קיין ברי און נישט קיין שמא - מיין אייגענע מיינונג

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 2:45 am

בס"ד

לכבוד כל חברי ה'קאווע שטיבל כל אחד בשמו הטוב יבורך

איר וועט מיר מוזן מוחל זיין אז עס האט מיר געדויערט אזוי לאנג אפצושרייבן עפעס, עד כדי כך אז אינצווישן האט מען שוין אפגעשפארט ביידע אשכולות וועלכע רעדן וועגן דעם נושא איבער וועלכן איך שרייב דא, און דער ציבור הקוראים מסתובבי החדר ושותי הקאווע האבן שוין לאנג פארגעסן אז עס איז אפילו געווען א היציגע נושא דא אין שטיבל.

איר וועט מיר אויך מוחל זיין אז איך שרייב איבער דעם ענין על אף וואס איך האב נישט אפגעליינט ביידע אשכולות אינגאנצן, אבל מה אעשה אז איך בין זייער מוגבל אין צייט. אט דער טייערער קאמאדיטי - צייט - געפינט זיך נישט ביי מיר אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און באצאלט באקום איך אויך נישט פאר דעם שרייבן, דעריבער געדויערט עס ביי מיר אביסל לענגער ווי ביי געוויסע אנדערע...

איך האב שטארק פראבירט מיטהאלטן מיט דעם ערשטן אשכול איבער דעם ברי ושמא, כאטש איך בין נאר אנגעקומען בערך ביז בלאט 4, אזוי אויך בין איך לגמרי נישט אנגעקומען זיך צו נעמען איבער דעם צווייטן אשכול וועלכעס ער האט געעפנט ספעציעל לכבוד די 45 אידן (אדער קארטשינער, כלשונו הרהב), און אז איר וועט מעיין זיין אין די זמנים אין וועלכע איך שרייב בדר"כ דא אין שטיבל וועט איר זעהן אז איך קום פשוט נישט אן, און איך האב שוין מער ווי איינמאל באצאלט א טייערן פרייז פארן זיך אויפהאלטן דא צו שפעט ביינאכט.

אבער אזוי ווי איך זעה דאך אז עס טוט זיך גאר לעבעדיג איבער דעם ענין, עס פליען די בלעטער, עס מערן זיך די אשכולות און עס פרוכטבארן זיך די ניקס איבער דעם נושא, האב איך מחליט געווען אז הגם שאול בנביאים, איך האב דאך אויך א קיבארד און איך וועל זיך אויך נעמען איבער דעם ענין און מודיע זיין פארן ברייטן ציבור וואס אני הקטן, הדד בן בדד, (מלפנים מלך בארץ אדום וכעת ב'קאווע שטיבל) האלט איבער דעם נושא. אלזא, איך הייב אן, און ענדיגן וועל איך בעז"ה ווען עס וועט זיין באשערט פון אויבן. (עס האט מיר ב"ה געדויערט איבער צוויי חדשים, ב"ה פאר דעם)

איך וויל אבער דא זייער קלאר מאכן אז איך רעד דא דירעקט צום ברייטן ציבור דא אין שטיבל, און נישט צו דעם כותב ופותח שאר האשכולות, צוליב פשוט'ע און פארשטענדליך סיבות, ווי איך וועל בעז"ה קלארשטעלן במשך מיינע ווערטער.

ובכן:
מי אנכי, ווער בין איך?

אט די שווערע קשיא האט מיך שוין געפרעגט א שטיק צייט צוריק ער אליינס, אין אישי האט ער געוואלט וויסן דעם ענטפער צו אט דעם שווערן פראגע: ביסטו א באבוב'ער אדער נישט?

און אט איז מיין ענטפער: מיט גרויס סייעתא דשמיא (וברוב שבח והודי' לאל הטוב) האב איך מיר קיינמאל נישט אנגעטוהן מיט דעם סטיריאוטייפ "באבוב'ער", הגם איך דריי זיך אין באבוב און איך בין דארט גאנץ א היימישער פיגור פאר א שיין ביסל אריבער דרייסיג יאר.

פארוואס האט דאס כמעט יא פאסירט, פארוואס האט עס צום סוף נישט פאסירט, און פארוואס בין איך אזוי דאנקבאר דעם באשעפער פאר אט די סייעתא דשמיא?

ווייל דער באבוב'ער רב הרה"ק ר' שלמה זצוק"ל איז מיר אזוי געפאלן, איך האב אים אזוי ליב געהאט און זיך אזוי פיל געדרייט ארום אים, אז איך בין אסאך מאל כמעט אריינגעפאלן אין דעם טרעפ און זיך כמעט אנגעטוהן דעם היטל, אבער דער גרויסער באשעפער, ברוב רחמיו וחסדיו האט מיך אפגעהיט דערפון, און אזוי ארום געראטעוועט מיך מיט מיינע קינדער פון זיין א טייל פון דעם ווייטאגליכן פרשה וועלכע נעמט יעצט ארום אט די קהילה קדושה.

אלזא, וואס איז יא מיין שייכות?

אט הערט,
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ביי חשוב'ע אנגעזעענע עלטערן וועלכע האבן נישט "באלאנגט" צו קיין איינס פון די חסיד'ישע הויפן, מיין טאטע האט געדאווענט אין א לאקאלע געגענט בית מדרש און האט נישט געהאט צו א הויכן אפיניאן איבער די היינטיגע רבי'ס און נאך ווייניגער האט ער געהאלטן פון זייערע הויפן און פארטייען.

אלס בחור'ל, ווען איך האב זיך אנגעהויבן דרייען אין די חסיד'ישע הויפן, און ארום געלאפן פון רבי צו רבי, בין איך אנגעקומען בעז"ה צו רוב רבי'ס (וועלכע האבן געפירט רבי'סטווע) דא אין אמעריקא, און שפעטער אויך אין א"י. איך פלעג אסאך ארום גיין, צו טישן, יומי דפגרא, סתם וואכנטעג, דאווענענס, שחרית, מנחה מעריב, און ווי איך האב געקענט האב איך זיך אריינגעכאפט אביסל טיפער און נענטער, און איך האב ב"ה אסאך צוגעזעהן און מיטגעהאלטן.

פון אסאך פון די רבי'ס האב איך פערזענליך קונה געווען אסאך גוטע זאכן (און ווי פארשטענליך פארקערט אויך), פון טייל האב איך נאר קונה געווען בכלליות, פון זיך דרייען אין זיין הויף, אבער ביי אלע האב איך פרובירט אביסל פארשטיין און אפלערנען דעם קולטור, דעם געדאנקען גאנג, די לופט, די אטמאספטערע אין דעם חסידות.

פארשטייט זיך אליינס אז נישט יעדעס איינע איז געווען לרוחי, עס זענען געווען אזעלכע וואס איך האב אינגאנצן אוועק געשטופט, טייל שנעלער, טייל נישט אזוי שנעל, אבער עס איז נישט געווען מיין גלעזל טיי און איך בין מיר געגאנגען ערגעץ אנדערש זוכן גליקן.

טייל האב איך מער ליב געהאט, אפילו אזעלכע מקומות וועלכע איך האב נישט אזוי אפגעקויפט דעם רבי'ן איז מיר אבער אין געוויסע מקומות געפאלן דעם רוח, אדער דעם מצב וואס מען האט דארט געמאכט, און איך בין געבליבן דארט היימיש. אין עטליכע פון די מקומות בין איך נאך א היימישער ביז היינט.

אין געציילטע מקומות אבער, איז דער רבי מיר דוקא יא געפאלן, און איך האב זיך אגעקניפט אין זיי, און געבליבן מקושר אין זיי, און ביי די וועלכע זענען נאך בעלמא הדין האלט איך אן די קשר ביז היינט, און ביי טייל - אפילו זיי זענען שוין בעלמא דקשוט - האלט איך נאך אן דעם קשר ווייטער, צו אין דעם מקום אדער אין דעם ממלא מקום.

דער מקום וועלכע איז מיר דאס מערסטע געפאלן, און איך בין געבליבן דאס נענטסטע ביז היינט, איז באבוב. און דוקא איז באבוב געווען דאס איינציגסטע פלאץ וואס איך האב גאר שטארק קאנסידערט עס אויפצופיקן אינגאנצן און זיך אנטוען דעם סטיריאטייפ "באבוב'ער חסיד". איך לויב אין דאנק דעם פון אויבן וואס האט מיך אפגעהיטן פון באגיין אט דעם נארישקייט, אבער אפילו אזוי בין איך געבליבן א היימישער דארט מיט גאר אסאך באקאנטע ביז היינט. טאקע נישט קיין אפיציעלער "באבוב'ער", אבער דאך א היימישער, א ידיד, א מעריץ, אדער סיי וועלכן צונאמען מען גיט פאר די סארט מענטשן.

וואס טאקע איז מיר אזוי געפאלן דארט אין באבוב?

וועל איך אייך דעם סוד אויך פארציילן:
אין רוב גרויסע הויפן האט מען זייער שטארק געטרייט צו פאר'גט'ערן דעם רבין, עס האט געהערשט ארום דעם רבי'ן עפעס אזא סארט ספוקי'נעס, א שרעקעדיג'קייט, א קעניגליכקייט צו וועלכען מען קען זיך נישט דערנענטערן. טייל מאל ממש ווי אן אש אכלה. מען גיט דעם האנט און מען לויפט אוועק, דא קושט מען יא, דארט קושט מען נישט, אבער נאך אלס איז עס עפעס א ווייטע זאך.
דוקא אין געוויסע מקומות האט עס אפילו א שטיקל חן, און דאס פירן דעם הויף אויף אזא אופן, מיט עפעס אזא סארט מיליטערישקייט ציט גאר שטארק. א טיש מיט א מייסטערהאפטן סדר האט א געוויסן pull א שלעפ, דאס זינגען אדער זאגן זמירות מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט איז גאר שיין, אבער וויפיל איך האב ליב געהאט דעם שיינקייט פון דעם ארום, האב איך נישט זייער אפגעקויפט די רבי'ס, און בכלל האב איך זיך נישט געקענט זעהן "געהערן" צו אזא סארט מקום.

טייל פלעצער זענען מיר פארגעקומען (צו מיין טעיסט) ווי שטיקלעך משוגעים הייזער, מיט גאר פאני מושגים און נישט מסודר'דיג, ווי יעדן טאג פירט זיך דאס פלאץ אנדערש, לויט דעם אדמו"ר'ס היינטיגע גיסטע, דא זינגט מען שנעל, דא שטייט, עס איז נישט דא קיין געהעריגע הנהגה, עס הערשט א שטיקל צומישעניש, אן אנדרלמוסיא, פון די פלעצער בין איך בדרך כלל דאס שנעלסטע אנטלאפן, עס איז ממש נישט וואס איך האב ליב.

בקיצור, פון אלע מקומות, ווען איך זאל צוזאמען שטעלן דעם רבי'ן, זיינע קינדער און שטוב מענטשן, דעם הויף, דעם חסידות, די אטמאספערע וואס הערשט דארט, אלעס אינאיינעם, איז באבוב מיר געווען דאס מערסטע לרוחי. אין הרה"ק ר' שלמה באבוב'ער האב איך געזעהן אביסל דעם מושג פון אבינו מלכינו, טאקע א מלך, אבער אין די זעלבע צייט אויך א טאטע. אלעס אין דעם איד האט ארויסגעשריגן מלכות און ארויסגערופן כבוד און רעספעקט, אבער אין די זעלבע צייט געהאט א ווארימע פאטערליכע געפיהל.

אזוי איז געווען זיין גיין און קומען, זיין רעדן מיט מענטשן, פערזענליך און צום עולם, אזוי איז געווען זיין טיש פירן, ער איז נישט געווען געבינדן צו וואס אנדערע זאגן, אדער צו וואס זיין טאטע אדער זיידע האט געטון. ער איז געווען אן אייגענער מענטש, מיט אן אייגענעם מיינונג און אייגענע הנהגה, און אט די הנהגה איז מיר זייער געפאלן.

אויך דאס איידלקייט ביים עולם איז מיר זייער געפאלן, דאס סאלידקייט מיט וואס באבוב ספעציאליזירט זיך האט מיך אזוי געפאנגען אז איך האב באמת געוואלט געהערן צו די גרופע.
איי וועט איר מיך פרעגן פארוואס טאקע האב איך זיך נישט אנגעטאן דעם הוט און געווארן גענצליך א באבוב'ער?

דער תירוץ אויף דעם האט מיר געענטפערט מיין רבי ר' שלמה אליינס. נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האט ער אויף דעם געוויינט און מעורר געווען ביי די מלוה מלכה'ס און ביי דרשות, איבער א געוויסע סארט ווייטאגליכע פירוד וואס האט געהערשט אין דעם מקום. א פירוד אין וועלכען געוויסע משפחות און מענטשן האבן זיך געשפירט מיוחסים, העכערע מענטשן, אויבערמענטשן, דאס אויבערשטע פון שטייסל, (מאנכע רופן דאס בלויע בלוט), און נאר זיי זענען ווערט צו לעבן, און די אנדערע זענען אונטערמענטשן פון א נידעריגן קאליבער. און די בעסערע מענטשן האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו בארעדן די נידעריגע ווען עס איז געקומען צו שידוכים אדער סיי וואס אימער. מען האט זיי אראפגעקוקט און דערנידערט, משפיל געווען עד לעפר.

עס האט ר' שלמה'ן וויי געטאן עד דכדוכה של נפש, אבער אין די מענטשן האט זיך עפעס אריינגעכאפט א ביטערער ווארימ'ל פון שלעכטקייט וועלכע מען האט פון זיי נישט געקענט ארויסקלאפן, ניטאמאל זייער רבי אליינס מיט אלע זיינע געבעטן האט דאס נישט געקענט פון זיי ארויסנעמען. איך ווייס נישט צו דאס איז עפעס א גאליציאנע שלעכטקייט און פארביסנקייט צו עס נעמט זיך פון עפעס אנדערש, אבער יעדער אין באבוב ווייסט פון דעם און ווי עכט דאס איז, און וויפיל אומשולדיגע אידיש בלוט מען האט איבער דעם פארגאסן.

אט די איינע חולה-רע האט מיך צוריק געהאלטן פון זיך לגמרי אנבאלאנגען צו דעם פארטיי. איך האב עס נישט געקענט צוקוקן און נישט געקענט משיג זיין ווי אידישע קינדער, וועלכע זענען פיינע איידעלע ערליכע אידן אין אלע אספעקטן פון לעבן, אבער ווען עס קומט צו דעם, איז אלעס געפייגערט, נישט דא קיין תורה, קיין רבונו של עולם, קיין רבי, קיין גארנישט, נאר מיין כבוד.

[גראדע איז געווען איין איד אין באבוב, וועלכער האט לכאורה געהערט צו די אויבערשטע, בעסערע מענטשן, אבער האט דוקא זיך געדרייט און זיך אנגעקערט מיט די נידעריגע סארט, מיט די צובראכענע, צוקלאפטע און געפייניגטע מענטשן. אט דעם מענטש האבן אלע געקענט אלס ר' נפתל'טשע, וועלכער איז פערצופאל אויך געווען דעם רב'ס זוהן.]

אויב ווילט איר וויסן ווי איך בין געווען, וועל איך אייך אויך זאגן. בעצם בין איך נישט געווען אין קיין איינס פון די צוויי, ווייל איך האב זיך קיינמאל נישט מקריב געווען און איבערגעגעבן מיין מוח און נשמה פאר די פארטיי, אבער וויבאלד איך קום דוקא פון אן אנגעזעענע משפחה, און פון דרויסן פון באבוב, און מיינע זיידעס און אור עלטערן זענען געווען מפורסם'דיגע צאנזער חסידים, האב איך דוקא געהאט זייער פיינע שייכות מיט די העכערע סארט מענטשן. איינער פון די איז געווען דער רב'ס זוהן ר' בן ציון. ער איז געווען מיט מיר פאניע בראט, פלעגט אסאך שמועסן און פארברענגען מיט מיר, האט מיר מערערע מאל צוגעפירט צום טאטן, און זיכער געמאכט אז איך זעה, שטיי גענוג נאנט, האב א גוטן פלאץ, באקום שיריים, כיבודים וכדו'.

כ'געדענק איינמאל ווען דער רב ז"ל איז געווען ערגעץ און מען איז איינגעשטאנען ביי איינעם א בעל בית'ישער איד, און מען האט געדאווענט שחרית דארט אין די אכסני' און איך בין אנגעקומען אהין און אויך געוואלט מיט דאווענען, אבער דער בעל אכסניא האט מיך נישט געוואלט אריינלאזן, אבער אזוי ווי ר' בנציון האט מיך געזעהן האט ער גלייך געהייסן דעם בעל אכסניא מיר אריינלאזן, און האט מיך נאך צוגעפירט צום רב נאכן דאווענען זיכער מאכן אז דער רב זעהט מיך.

אבער איך האב עס קיינמאל נישט ליב געהאט, ווייל עס האט מיר געגעבן די הרגשה אז איך טרעט אויף אנדערע אידן, אז איך געהער צו א געוויסן סארט שבט וועלכע האט די רעכט צו טרעטן אויף אנדערע אידנ'ס קעפ, א זאך וועלכע איך האב נישט ליב צו טאן, איך בין נישט געווען געוואוינט אזוי פון דערהיים און איך בין געווען זייער אומבאקוועם מיט דעם. איך האב אסאך געהערט פון מיינע עלטערן איבער וויאזוי די גרויסע פארטייען און רביס צוטרעטן אידישע קינדער און איך האב נישט געוואלט שפירן ווי איך בין א טייל פון אט דעם מיאוס'ן פענאמען.

אלזא, דאס איז געווען מיין שייכות. איך פלעג קומען צו די טישן (אוי בענק איך נאך זיי, איך הער נאך היינט צו צו די קאסעטעס פון די טישן, אזא עונג רוחני, הלוואי וואלט איך נאכאמאל געקענט זיין דארט, דאס הארץ פון ר' שלמה'ן, דאס ווארימקייט און געפיהל, ווי נעמט מען דאס... אוי ירצה צום עמך... אוי איך האב פארגעסן ווי איך בין), צו ימים נוראים, חול המועד טישן, הקפות, חתונות, און ווען נישט. איך האב געהערט אבער נישט באלאנגט, דאס באבוב'ער חסידות האט מיך נישט איבערגענומען. איך בין קיינמאל נישט געווארן איינער פון די פארטיי מענטשן, נאר אלס געבליבן א מעריץ, גוטער פריינט און היימישער.

ויהי אחרי ר"ח אב

נאך דעם ווייטאגליכן ר"ח אב תש"ס האב איך מיך געטרייסט מיט ר' נפתל'טשען, טאקע אינגאנצן אן אנדערער סארט איד ווי זיין טאטע, האט אינגאנצן נישט פארמאגט דעס סארט קעניגליכקייט פון דעם טאטן, דוקא פארקערט, געווען גאר א פשטן, אזוי אראפגעלאזט צום פשוט'ן עמך איד, אבער פון די אנדערע זייט האט טאקע דאס אליינס געהאט א באזונדערן חן, אזוי אז איך האב מיר געמאכט א ערנסטן חשבון, און קענענדיג דעם איד און זיינע מעלות, האב איך מחליט געווען אז איך בלייב דא פונקט ווי ביז יעצט.

מיר רעדן דאך דא פון א וועלט פון מענטשן, נישט ראבאטן, און ביי מענטשן איז דאך כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, און איך וועל זיך מוזן צוגעוואוינען צו אן אנדערע סארט הנהגה אין באבוב ווי דאס וואס איז געווען ביז היינט. ווייל נאך אלע מעשיות רעדט מען דאך פון אן אמת'ען ערליכן איד (איך האב זיך אין דעם איבערצייגט פערזענליך פון דער נאנט), און ביי אזא איד בין איך גרייט ווייטער צו זיין און גיין אהין, אפילו עס איז "נישט דאס זעלבע" ווי ביים טאטן.

ליידער האט עס נישט לאנג אנגעהאלטן, און אין גאר קורצע געציילטע יארן האט אונזער באליבטער טייערער רב, וועמען מען ערשט נישט לאנג אויפגענומען פאר רב און רבי, אויסגעהויכט זיין נשמה און צוריק געגאנגען למקור מחצבתה זיך צו פאראייניגען מיט זיינע הייליגע אבות און רביס וועלכע האבן זיך געפרייט אים צו האבן מיט זיך, רוכב ערבות שש ושמח בבוא אליו נפש נקי וצדיק.

וואס טוט מען יעצט?

וואס מען טוט יעצט איז זייער א גוטער פראגע, אבער צום ערשט וויל איך מאכן א שטיקל הקדמה, און איך וועל פארציילן א מעשה. נישט קיין משל, נאר א אמת'ע מעשה.

איך האב אמאל זיך אפגעגעבן מיט א בחור, א בחור וועלכער האט געהאט פראבלעמען אין שטוב, און האט שטענדיג זיך ארום געריסן מיט די עלטערן, און אסאך אויך מיט די געשוויסטער. בצר להם האבן די עלטערן פראבירט אהער און אהין, און באחד הגלגולים זענען זיי אנגעקומען צו מיר, הדד בן בדד, און האבן מיר געבעטן צו פראבירן וואס איך קען מיט זייער זוהן אויפטאן.

איך האב דעם בחור גענומען צו מיינס א באקאנטן, א געלערנטער פסיכאלאג, און צוזאמען האבן מיר געארבעט מיט דעם בחור, און מען האט ב"ה אסאך אויפגעטאן. ויהי היום, דער בחור איז געווען אינדערהיים אויף יום טוב, און איבער יום טוב האט זיך געמאכט א שטיקל געפעכט און דער בחור איז געווארן זייער ברוגז אויף זיינע עלטערן, ער האט פארפירט און געשריגן, און דערנאך געשאלטן, ער האט צושטערט דעם גאנצן יו"ט אין שטוב און די עלטערן זענען געווען צובראכן און פארווייטאגט און נישט געוויסט וואס צו טאן.

תיכף נאך יום טוב האב איך אפיר גענומען דעם בחור און אים גענומען אויף א שפאנציר אין א רוהיגן מקום און פרובירט פון אים ארויסנעמען וואס עס האט אים ארויסגענומען פון די כלים. דער בחור אליינס האט נישט געקענט אנצייגן פונקט וועלכע נקודה עס איז געווען, אבער ער האט גערעדט און פארציילט, נישט נאר איבער דעם יעצטיגן יום טוב, נאר אויך איבער זיינע באציאונגען מיט זיינע עלטערן און משפחה בכלל.

פון צווישן די אלע שמועסן האב איך ארויסגענומען אפאר נקודות וועלכען באדערן דעם בחור, טייל מער און טייל ווייניגער, און אויך וועלכע פון די נקודות נעמען אים ארויס פון כלים אינגאנצן. איך האב עס מיט דעם בחור אליינס איבערגעשמועסט און ער האט זייער הנאה געהאט פון מיין אנאליז, ער האט געהאלטן אז איך האב אים זייער גוט ארויס, און אויב מען קען ארבעטן אויף די נקודות, וועט ער זיין פיין און וואויל.

איך בין אריבער מיט דעם בחור צו דעם פסיכאלאג און איבערגעשמועסט מיינע געפינסן. דער פסיכאלאג הערט מיך אויס און זאגט מיר אזוי: בעצם קוקט אויס אז וואס דו זאגסט איז ריכטיג, אבער עפעס שטימט נישט דא. ווייל עס איז דא א באקאנטער כלל פון דאקטער ... (כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען) וועלכער האט אויסגעטראפן געוויסע כללים אין פסיכאלאגיע, און לויט אים שטימט נישט אז ביי אזא זאך זאל א מענטש ווערן אויפגערעגט, ווייל אויב אזוי וואלט ער ווען קודם געדארפט ווערן אויפגערעגט אויף עפעס אנדערש...

דער בחור זיצט און הערט זיך צו און ער שרייט חי וקיים, דאס אנדערע זאך וואס דו זאגסט באדערט מיך נישט אזוי שטארק, אבער דאס יא. און דער פסיכאלאג שטייט און טענה'ט זיך מיט אים. פרעג איך דעם פסיכאלאג, זאג מיר, ווען איינער טוט דיר וויי און עס רעגט דיר אויף, נעמסטו שנעל ארויס דעם טשארט פון יענעם דאקטער און דו קוקסט אויף דעם צו לויט די כללים מעג דאס דיר יעצט ארויסנעמען פון די כלים?

דאס איז דאך א נארישע פראגע, ווען א מענטש פילט א געוויסע געפיל, קומט עס נישט מיט א הסבר און מיט א לומדות, אזוי פיל איך, אפגעזעהן צו שטימט מיט יענעם דאקטערס כללים אדער נישט.

כלפי מה הדברים אמורים.

די לעצטע פאר יאר הער איך פון מיינע באקאנטע אין 48 אזעלכע פראזן ווי: ער איז נישט געווען עכט רבי, מען האט עס נאר געטוהן לכבודו, מען האט עס נישט געמיינט ערנסט, עס איז נישט געווען עכט, עס האט נאר פשוט נישט געפאסט פאר די גאס, ועוד כהנה וכהנה, לעכערליכע שטותים והבלים וועלכע אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן נארמאלע מענטשן זיך געשעמט איבעצוזאגן אזעלכע זינלאזע ווערטער. אבער זעהט אויס אז די אומשטענדן זענען נישט נארמאל, און ווען מען איז אונטער פרעשער האבן מענטשן א אלטן רעקארד צו באגיין זינלאזע טעותים.

קומט היינט און זייט מיר מסביר מיט א לומדות און מיט א סברה וואס איך האב געמיינט און געטראכט ווען איך בין געגאנגען צום רב ז"ל (מהרנ"צ) מיט א קוויטל, אדער צום טיש. קום און זאג מיר אז איך האב נישט געמיינט עכט אז ער איז רבי, איך האב נאר נישט געוואלט אז דער דושינקי'ער חסיד זאל לאכן פון מיר אז איך געב א קוויטל פאר ר' בן ציון אנשטאט פאר מהרנ"צ, אדער אז איך האב מיך געשעמט פון מיין חבר דעם תולדות צבי ספינקא חסיד אז איך זיץ ביים טיש ביי ר' בן ציון ווען זיין ברודער מהרנ"צ וואלט ווען עכט געדארפט צו זיין רבי...

איך ווייס נישט צו מען דארף אויף אזעלכע הבלים לאכן, אדער גאר וויינען אז אידישע קינדער זענען נעבעך אזוי גערירט געווארן פון גלייכן זינען אז זיי זאגן דאס איבער מיט א גראדן פנים.

האלא, איך וואוין נישט אין האנאלולו, איך בין אין באבוב איבער דרייסיג יאר, יעדער וואס איז נאר אריינגעפאלן דארט, אפילו אסאאאאך ווייניגער ווי איך, ווייסט אז זיבן אין ניינציג פראצענט באבוב האבן געהעריג מקבל געווען דעם רב ז"ל פאר רבי, יא, אפילו די וואס זענען היינט אין 48 האבן כמעט כמעט אלע (אויסער געציילטע יחידים מפורסמים) געהעריג מקבל געווען מהרנ"צ פאר רבי. צו זאגן אנדערש איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי פלעין אלד טיים ל-י-ג-נ-ט.

יעצט אז איר פארשטייט שוין אז ביי מיר איז דער רב ז"ל געווען געהעריג באבוב'ער רב, און געהעריג ממלא מקום אביו הקדוש, פארשטייט איר דאך אז ביי מיר איז די שאלה יעצט ווער גייט אים ממלא מקום זיין. דאס הייסט, ווער גייט יעצט ממשיך זיין די הנהגה פון מהרנ"צ, נישט פון מהר"ש, ווייל זיין הנהגה האט שוין איינער ממשיך געווען. (און דער צווייטער האט געהאט אלע ברירות זיך אפצוטיילן מיט "אלע" זיינע חסידים און זיך רופן באבוב, און קיינער וואלט אים נישט געשטערט...).

נו למעשה,

למעשה איז אזוי, נאך י"ב אדר האבן באבוב'ער חסידים מכתיר געווען צוויי אנדערע רבי'ס. טייל האבן מכתיר געווען דעם רב ז"ל'ס יורשים און קינדער אלס ממשיכים און טייל האבן מכתיר געווען זיין ברודער. פינטל.

ווען מען בלייבט דא שטיין קען איך הערן אויף ביידן אז עס קומט זיי און זיי מעגן זיך אזוי רופן פון היינט ביז... ביז אלעמאל, געזונטערהייט. אבל דא עקא, אז איינער פון די צוויי האט מחליט געווען אז נאר ער מעג און דער צווייטער טאר נישט, האב איך אלזא געהאט א פראבלעם. און מיין פראבלעם איז געווען נאך גרעסער. ווען איך בין ווען א באבוב'ער אינגאנצן, האב איך בלויז צוויי אויסוואלן, 48 אדער 45. למעשה אבער, אלס דרויסנדיגער, האב איך א דריטע אפציע, און אפשר גאר א פערטע.

די דריטע אפציע מיינער איז: קיין איינס פון די צוויי, איך האב דאך נישט אויפגעסיינט קיין לעבנס קאנטראקט מיט דעם נאמען באבוב, און די מעגליכע פערטע אפציע איז: ביידע, לאמיך נאשן די גוטע זאכן פון ביידע.

לאמיך אלזא פארציילן סודות פון חדר, די מחשבות וועלכע האבן זיך ביי מיר אפגעשפילט און ארום געלאפן אין מיין גרויסן מח אין יענע שווערע טעג. פון איין זייט בין איך דאך נאנט מיט ר' בן ציון, פערזענליך נאנט, ער קען מיך גוט און איז זייער נייס צו מיר, אלעמאל געווען, האט מיר קיינמאל נישט פערזענליך וויי געטאן, און איך בין געווען זיכער אז ער וועט פירן א שיינעם טיש און שיינע הקפות, זינגען שיין און דאווענען שיין, פארוואס זאל איך נישט נהנה זיין פון דעם.

פון די אנדערע זייט אבער, האט ר' מרדכי דוד'ל אלעמאל געהייסן א דערהויבענער אינגערמאן, א צדיק'ל, א עובד ה' און תלמיד חכם, אזוי זענען מעיד נישט נאר סתם מענטשן, נאר אפילו די וואס האבן געלערנט מיט אים אין חדר און אין ישיבה אין באבוב (יא, ר' מרדכי דוד'ל איז א באבוב'ער תלמיד) און דאס זענען זאכן אויף וואס איך קוק באמת ארויף, מער ווי שיין זינגען, דאווענען און טאנצן. און צו דעם איז ער דער קינד פון דעם רב ז"ל. אויב אבער טוה איך דאס, האב איך געוואוסט איך וועל וויי טאן ר' בנציון'ען, און פארוואס זאל איך דאס טון.

און דא איז דאס מקום ארויסצוברענגען נאך אן ענין. עס וועלן אפשר זיין אזעלכע וואס וועלן מיך פארשרייען אלס ליגנער אדער בעל דמיון אדער איך לעב גאר אויף אן אנדערן פלאנעט, אבער לאזט מיך אייך דערציילן וואס איך האב געזעהן און געהערט מיט מיינע אויגן און אויערן, און דורך דעם פארשטאנען מיט מיין מח און געפילט אין מיין הארץ. און נאכאמאל, איך האב נישט געלערנט קיינמאל אין באבוב'ער ישיבה, אבער זיך געדרייט אין באבוב'ער הויף האב איך זיך יא, פאר איבער דרייסיג יאר, און אט איז וואס איך האב מיטגעלעבט.

ר' מרדכי דוד'ל האט אלעמאל געהאט אין באבוב דער נאמען אלס דערהויבענער צדיק'ל, עובד ה' און תלמיד חכם, טאקע א שטילער, טאקע אזא סארט איד וועלכער דאווענט שחרית אביסל שפעט און איז נישט אזא צייטליכער אבער עפעס אזאנס מיט וואס באבוב האט געטוהן גאר שטארק שטאלצירן.

מען האט קיינמאל נישט מורא געהאט פון אים אז ער גייט גאר זיין א קאמפעטישאן פאר די רבי'סטווע, ער האט נישט געמאכט דעם רושם און מען האט עס בכלל נישט אנגעקוקט אזוי. דוקא פון זיין שוואגער, ר' יושע'לען, פון אים האט מען יא מורא געהאט אויף דעם. אים האט מען געהאסט, אויף אים האט מען געהאלטן אז ער פירט א מערכה קעגן ר' בן ציון'ען און וויל אים צוכאפן דאס רבי'סטווע.

איך געדענק נאך גוט ווען י"ב אדר צופרי איז געשטאנען א איד, ש"ל, [וועלכער איז שפעטער געווען פון די געזונטע שלעגער אין 48], אויף די גאס אין בארא פארק און מסביר געווען פאר מיר מיט מיין חבר: איך בין היינט אדורך דעם גאנצן באבוב'ער ליסט מיט מיין זוהן ... און מיר זענען געקומען צו די החלטה אז בערך זיבעציג אכציג משפחות גייען זיך אוועק גיין פון באבוב, און ביז פסח זענען זיי אלע צוריק...

און... הערט זיין צידקות: מיר וועלן זיי אלע צוריק נעמען, יא, אלע, אלע אויסער צוויי, וועלכע צוויי? ברוך חנא גרינפעלד און יושע רובין. די צוויי נעמען מיר נישט צוריק (...) אבער אלע אנדערע וועלן מיר יא צוריק לאזן...

יא, אזוי האט מען דעמאלס גע'חלומ'ט אז ר' יושע רובין איז דער סכנה, נישט ר' מרדכי דוד'ל, ער איז א וואוילער צדיק'ל. דאס איז געווען דער בליק אין באבוב.

(היות איך שרייב דעם מאמר איבער מיר אליינס, וויל איך נישט מאריך זיין איבער וואס האט זיך אפגעטאן ביים עולם, (בעיקר דעם לעצטן יאר פון רב ז"ל) איך וועל נאר שרייבן אפאר ווערטער. דער עולם איז נישט געווען אייניג, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט געגלייבט אז מען גייט קענען אויפשטעלן עפעס אדער גיין אין מלחמה, און האבן זיך געגרייט צו גיין אין גלות וואנדערן זוכן א נייעם רבי'ן, אנדערע האבן געזאגט אז מען וועט מוזן שלום מאכן מיטן מצב און בלייבן דא, טו בעד, וועט מען נישט האבן וואס מען וויל. ווידער אנדערע האבן די גאנצע צייט געזאגט מיט א פעסטקייט, אז דער רב האט קינדער און זיי וועלן זיין די ממשיכים, אפגעזעהן פון וואס עס וועט קאסטן און אונטער וועלכע אומשטענדן, אבער דער צד השווה שבהן איז געווען אז זיי האבן "נישט" געוואלט ר' בן ציון'ען אלס רבי.)

עכ"פ, צוריק צום ענין, איך בין געשטאנען דא מיט מיינע אפציעס און נישט געקומען אזוי שנעל צו א החלטה.

דעם ערשטן שבת, ביי דעם פורים המשולש, ווען ביידע רבי'ס האבן ס'ערשטע מאל געפירט, בין איך געגאנגען צו ביידע. דהיינו, געדאווענט האב איך ערגעץ אנדערש, גוט שבת זאגן בין איך געגאנגען צו ביידע, און דערנאך צום טיש אויך צו ביידע. פריער צו 45 און דערנאך צו 48.

קום איך אריין אין 48 קומען צו צו מיר אפאר חברה, מיינע באקאנטע: נו, דארט ביסטו שוין געווען? גיי בעסער אהין, דא וועסטו נאך קענען קומען אן אנדערס מאל אויך, דארטן מוזטו שנעל אריינכאפן, ווייל ביז אפאר וואכן וועט מער נישט זיין וואו צו גיין.
(עס איז נישט צום גלייבן דעם דינייעל אין וואס די אידן האבן געלעבט. דער מצב פאטשט זיי אין פנים, אבער זיי גלייבן אז עס איז אלעס דמיון. א זייפן בלאז, ביז אפאר וואכן איז נישט דא קיין זכר דערפון.)

און עס הייבט זיך אן א דיעות זאגעריי, ווילאנג עס קען נאך אנהאלטן, די דיעות זענען געלאפן פון צווישן פיר וואכן ביז דריי חדשים (ביז די קאנטרי) אבער ביז דעמאלס זענען אלע געווען ביי די קלארע דיעה אז די זאך (45) איז היסטאריע. מיט טויזענטער הסברים, געלט, מענטשן, געדולד, מוט און דערנאך אן קיין הסברים, גאנץ פשוט, נביאות, דאס קען נישט און גייט נישט אנהאלטן.
זיי צייגן מיר אן מיט פאטאס ווי דער און יענער, נעמען פון גבירים און מאכערס אין באבוב, וועלכע האבן אלס גע'שמ'ט אז זיי געהערן צו יענער זייט, און דא זיצן זיי גאר מיט אזא הכנעה ביים טיש ביי ר' בנציון (רוב פון די זענען במשך די נעקסטע פאר חדשים טאקע אריבער צו 45), בקיצור, איך זאל שנעל צוריק לויפן אהין און מיטהאלטן די ביסל וואס מען קען נאך.

איך האב זיך גארנישט געיאגט, און זיי געענטפערט אז איך בין שוין דארט געווען און יעצט וויל איך זיין דא, און בעז"ה, מיט די יארן וועל איך נאך האבן גענוג געלעגענהייטן מיטצוהאלטן דארט אויך.
אט דער עטיטוד האט אנגעהאלטן ביז בערך די ימים נוראים. ביי די ימים נוראים ווען איך בין געקומען קיין 48, דעמאלס האבן זיי שוין מער ווייניגער איינגעזעהן אז 45 גייט נישט אונטער אין אפאר וואכן, דעמאלס האבן זאכן זיך אנגעהויבן טוישן. מענטשן, מיינע באקאנטע און חברים האבן אנגעהויבן האבן טענות אויף מיר פארוואס איך גיי קיין 45 אויך, יעדעס מאל איך בין געקומען האב איך געכאפט אפאר פסקים, פון דעם און פון יענעם.

קודם איז עס געווען נאר בדרך תימה, ס'טייטשט, דו ביסט דאך א פארשטאנדיגער מענטש, דו גייסט אהין? עס פאסט דאך גארנישט פאר דיר. שפעטער איז עס געווארן אביסל שארפער, און דערנאך איז עס געווארן פלעין און פשוט כעס און פארוואורף. דו טארסט נישט גיין, דו ביסט מצער דעם רב, דעם רב ז"ל, דו פארשעמסט באבוב. דו מוזט אויפהערן. מען האט זיך מיר גענומען איינטיילן וואס איך מעג און וואס נישט.

"זאג נאר, דו ביסט א קארטשינער?" פרעגט מיך איינער מיט אפשיי. גאנץ שנעל האב איך איינגעזעהן וועלכע באבוב דא איז. דאס איז די באבוב פון וועלכע איך בין אלע יארן אוועק געשטאנען, און איך האב טאקע מקיים פסק געווען. איך האב געפאלגט די אלע גוטע אידן וועלכע האבן מיר גע'עצה'ט איך זאל נישט מצער זיין און נישט פארשעמען. איך האב אויפגעהערט גיין. צו 48 פארשטייט זיך.

איך בין ווייטער געגאנגען קיין 45, כאטש איך בין שוין ווייט נישט געגאנגען אזוי פיל ווי אמאל, עפטער אלל זענען קיין איינער פון די צוויי נישט קיין ר' שלמה און נישט קיין ר' נפתלי, אבער וויפיל איך גיי בין איך געבליבן גיין צו 45. די באבוב וועלכע איך האב אלעמאל ליב געהאט, די וועלכע האט מיטגענומען מיט זיך דעם געשמאקקייט, דעם רוהיגקייט, איידלקייט און סאלידקייט מיט וועלכע באבוב האט זיך אזוי באליבט אויף מיר.

אצינד, אזוי ווי מען שטייט יעצט ביי א צייט ווען דער עולם איז אביסל הייס, עס זענען ארויסגעקומען ספרים, און קונטרסים, מענה'ס און מענה למענה'ס, תגובות און מאמרים, האב איך מחליט געווען אפצושרייבן מיין אייגענעם מאמר. אבער כדי איר זאלט פארשטיין דעם בעקגראונד צו דעם מאמר, האב איך אייך געמוזט קודם מאכן א הקדמה פון מיין היסטאריע אין באבוב, איר זאלט פארשטיין מבטן מי יצאו הדברים און פון וועלכן קוק ווינקל איך קום.

עד כאן ההקדמה, און פון דא און ווייטער וועל איך רעדן פון דעם עצם ענין וואס איך וויל דא שרייבן.

עס האט א איד אמאל געטייטשט: מה אהבתי תורתך, וואס איך האב ליב טרעף איך אין די תורה. אונזער תורה הק' איז אזוי ריזיג, עמוקה מני ארץ ורחבה מני ים, און במשך טויזענטער יארן האבן טויזענטער גאונים און צדיקים אפגעשריבן זייער מחשבות, רעיונות און חידושים, און זיי געפונען זיך היינט מיט אונז און מיר קענען זיי לערנען. און פון צווישן די אלע זאכן קען יעדער איינער ארויסנעמען און אראפלערנען פונקט וואס ער וויל.

קרומע קעפ האבן קיינמאל נישט געפעלט ביים כלל ישראל, און קארופטירטע לערנער און אזוי גערופענע רבנים און תלמידי חכמים אויך נישט. קומט א איד, וועלכער פאררופט זיך א רב, דאכצעך אז עס האט נאך קיין איין איד אין בארא פארק נישט אריינגעטרעטן צו אים מיט א שמאט'קעלע, אדער אנגערופן ערב שבת מיט א שווערע שאלה אין הל' בישול והטמנה, אבער פארט רופט ער זיך א רב, ווייל אין איין טייל שולחן ערוך האט ער אסאאאאך עקספיריענס. פיין, זאל זיין אזוי, א רב.

אט דער רב קומט איינטיילן מיר, און נאך פילע אנדערע באבוב'ער חסידים וואס מיר דארפן טראכטן און וואס מיר דארפן טאן [ע"פ תורה פארשטייט זיך, ער האט דאך עס אפגעשריבן שווארץ אויף ווייס אין א תשובות ספר און געמאכט פאר א ברי, נישט קיין שמא]. עס עקלט מיך אזוי אז איך פיל ווי איך דארף אט באלד אויסברעכן, עס מאכט מיר פשוט איבלען ווען איך קלער פון ווער עס איז דא דער דעה זאגער איבער באבוב'ער רבי'סטווע און המשכה.

טייערע ברודער, אזעלכע קרומע קעפ און געניאלע מוחות ווי אט דער רב, זענען ביים אידישן פאלק גארנישט קיין חידוש, זייערע ספרים און ביכער אויך נישט, זיי האבן שוין אין די תורה געפונען אזעלכע וואזשנע זאכן, עד כדי כך אז יאשקע איז גאר משיח, צו גאר ג-ט ב"ה אליינס... (און דאס איז אויך אפגעשריבן אין א ספר...)

האט ער אפגעשריבן א תשובה, יא אפגעפרעגט, נישט אפגעפרעגט. עס איז מיר קיין נפק"מ נישט. איך בין א יליד אשה, מיין מאמע איז נישט געווען קיין קוה און מיין טאטע איז נישט געווען קיין אייזל. איך בין א מענטש, מיט א מוח, מיט א בחירה. איך קאן ב"ה טראכטן פאר זיך אליינס אן הילף פון אזעלכע פארדרייטע נעבעכדיגע מענטשן. און איך האב מחליט געווען וואס איך האב מחליט געווען, באזירט אויף וואס איך האב געזעהן די לעצטע איבער דרייסיג יאר, נישט באזירט אויף א נאמען, בארד און פיאות אדער קול. איך בין א באבוב'ער (טו סאם עקסטענט) און איך האב דורך דעם א געוויסע רעכט קובע צו זיין ווער עס זאל פאר מיר זיין דער ממשיך פון באבוב. און אוודאי האבן באבוב'ער חסידים וועלכע האבן יא אוועק געגעבן זייער לייב און לעבן, געלט און קינדער פאר די פארטיי, א רעכט צו זאגן און קלייבן וועמען זיי ווילן.

אלזא, הערט מיך גוט צו גרויסער "רב", די איינציגסטע זאך וואס איך ערווארט פון אייך (באמת ערווארט איך עס נישט, איך האב אינגאנצן נישט ערווארטעט פון אים א אויפריכטיגן פסק, אבער דאס וואלט איך ווען געדארפט צו ערווארטן) איז א פסק איבער נכסים. יעדע שטיקל רכוש וואס געהער צו באבוב איז געבויעט געווארן מיט געלט פון באבוב'ער חסידים (אדער געלט וואס באבוב'ער חסידים אדער רביס האבן געשנארט פאר באבוב'ער חסידים) און באבוב'ער חסידים האבן זיך היינט צוטיילט אין צווייען. ע"פ תורתינו הק', נישט די וועלכע זאגט אז יאשקע איז ג-ט אדער אז דו ביסט רב, נאר אונזער עכטע תורה, די וועלכע דער אויבערשטער האט געגעבן אויפן בארג סיני און וויל מיר זאלן עס היטן, די תורה וועלכע זאגט ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם און כי השוחד יעוור... לויט אט די תורה קומט פאר די ארויסגעווארפענע א טייל פון אט די נכסים וועלכע זיי האבן געבויעט מיט זייער לעבן.

און אט דאס איז וואס איך און אנדערע אידן איבער דער גארער וועלט ווארטן צו הערן פון דיר.

אצינד לאמיך דיר צולייגן נאך א נקודה. איך בין נישט היינט געבוירן און איך בין נישט ניי צו די וועלט פון מחלוקת און סכסוכים, איך אליינס האב שוין אסאך פון זיי מיטגעהאלטן פון דער נאנט, אויף כמה מיני אופנים.

א דין תורה מיינט "נישט" אז איך גיי אויפווייזן אז איך בין גערעכט. א דין תורה מיינט אז איך גיי הערן וואס די תורה האלט, צו בין איך גערעכט אדער נישט. ליגנט זאגן איז גאר א קליינער קונץ, יעדער קען דאס טוהן, מען דארף פאר דעם נישט גיין אין קאלעדש און נישט האבן קיין שום אויסצייכענונג. יעדעס קליין קינד קען דעם דאזיגן קונץ באווייזן.

ליידער אבער זענען מיר היינט געשלאגן מיט א דור וועלכע האט ערצייגט פראפעסיאנעלע ליגענער, מענטשן וועלכע מען דינגט פאר גרויסע געלטער און זיי העלפן אנגרייטן און אויסארבעטן דעם ליגנט (ע"פ תורה...). פארשטייצעך מען שפילט דעם צדיק שפיל, מען זאגט דעם בעל דין: וויאזוי איז געווען דער מעשה, א' אדער ב', ווייל אויב א' דעמאלס ביסטו גערעכט און איך וועל פייטן פאר דיר, אבער אויב ב', דעמאלס ווייס איך נישט וואס איך קען טאן פאר דיר.

אט אזוי גרייט מען צו דעם מענטש שוין גלייך פון אנהייב און מען לערנט אים אויס צו זאגן דעם ליגנט. און אט די טוענים, די מחריבי עולם, האבן שטילע אפמאכן מיט בתי דינים און רבנים, "ברענגט מיר דין תורה'ס און איך וועל שוין עפעס מאכן". איך ווייס עס הערט זיך פאנטאסטיש, אבער איך האב אזעלכע זאכן מיטגעהאלטן פון די ערשטע האנט, מען קען מיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, ליידער קען איך צופיל פון די סארט "רבנים" צו גוט. הלוואי וואלט איך זיי נישט געקענט.

אלזא, יעדער אייער קען זיין א גנב, איך דארף נישט מער ווי אריינגיין אין געשעפט און ארייפאקן א קענדי אין מיין טאש, ארויסווישן א פאר מטבעות פון פושקע אין ביהמ"ד צו באקומען אט דעם הויכגעשעצטן טיטל. אבער זיין ערליך, דאס קען שוין נישט יעדער איינער, דאס פאדערט שוין ארבעט. דאס פאדערט התגברות.

איך, אלס מענטש, אלס איד, וויל איך נישט לעבן מיט גע'גנב'עטע געלט, ווען א איד האט געהאט א תביעה אויף מיר און מיר אנגערופן אז איך בין אים שולדיג געלט און ער וויל מיט מיר גיין צו דין תורה, האב איך אים תיכף געזאגט, עס איז א שאד דיין ארבעט און געלט, איך גיי פרעגן א שאלה און אויב איך קום דיר באצאל איך דיר תיכף ומיד אן קיין שום שאלות.

איך האב אנגערופן פינף רבנים (מובן מאליו אז מען רעדט פון רבנים וועלכע זענען עוסק אין די ביזנעס) און זיי פארגעלייגט דעם שאלה, יעדער האט מיר קלאר געענטפערט אז איך בין ע"פ הלכה נישט מחוייב צו באצאלן, טייל האבן מיר אפילו מסביר געווען דעם ענין להלכה. איך האב אנגערופן פינף, נישט איינס, ווייל איך האב געוואלט זיין זיכער, אבער דאך האט יענער זיך גע'עקשנ'ט און מיך געשלעפט צו דין תורה, און האט אן קיין בושה געברענגט אלס טוען איינער פון די חברה וועלכע האט מיר קלאר געזאגט פערזענליך אז איך בין פטור און האט מיר אפילו געבעטן איך זאל אים נעמען אלס טוען.

ווען איך האב דאס פארגעלייגט פאר דעם גרויסן "רב" וועלכער האט געפירט דעם דין תורה, האט דער טוען "רבני" זיך אנגערופן אומפארשעמט: דעמאלס האסטו מיך געפרעגט, אבער יעצט האט ער מיך געהייערט...

אט אזוי קוקט מען אויס. דער איד איז נישט געווען אינטערעסירט צו טוהן וואס די תורה הייסט אים, ער האט געוואלט באקומען וואס ער האט געוואלט, אפגעזעהן פון וואס די תורה האט צו זאגן אויף דעם (סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ער האט פארשטייט זיך געוואונען דעם דין "תורא" און איך האב אויסגעפאלגט דעם פסק ער האט באקומען פונקטליך וואס ער האט געוואלט, און האט דערנאך פארלוירן אלעס וואס ער האט באקומען, מיט נאך אביסל זייטיגע צובייס דערצו. דער באשעפער נעמט זיך קער פון זיינס...).

אלזא, געערטער בעל מחבר ברי מיט שמא, עס אינטערעסירט מיך נישט נישט אייער ברי און נישט אייער שמא, איך וויל וויסן וואס די תורה הייסט. און די תורה הייסט נישט אז ווען לפחות א דריטל פון א קהילה טיילט זיך אפ, אז מען קען זיי אפ'פטר'ן מיט יאשערקעס. (און טאקע דאס האט געזאגט אייער קאלעגע, דער בדומה לך, דער אנדערער חשוב'ער "רב" הרב גרובער, ביי די דרשה אין 48 איידער די וואלן, ער האט דארט זייער קלאר אויסגערופן, אז אויב 45 ציעט אן 30 פראצענט איז דאס זייער אן ערנסטער פראצענט און מען מוז זיך מיט דעם רעכענען... (גייט הערט איבער דעם טעיפ.) זעהט אויס ער האט נאך נישט געוויסט אז מען קען זיך אריינפייפן און דערנאך שרייבן א ברי מיט א שמא.)

ווילט איר דוקא ארויסגעבן אזא פסק און דורכפירן א לעגאלע גניבה, געזונטערהייט, איר זענט א בעל בחירה, און מען האט אייך דאך טאקע פאר דעם אויסגעקליבן ווייל איר האט שוין אסאך עקספיריענס דאס אויסצופירן, גייט ווייטער אין אייערע דרכים, וה' יצליח דרכיך. ביז ער וועט מחליט זיין עד כאן. איך האב צייט צו ווארטן ביז דעמאלס. (איך האב אט די זעלבע ווערטער געזאגט נישט לאנג צוריק פאר "הרב" מענדל עפשטיין...).

ולסיום וויל איך צוענדיגן מיינע רייד מיט אפאר ווערטער וועגן צד 45.

עס איז באמת צום שטוינען ווי נאאיוו און בטל'ניש זיי האבן געהאנדלט דעם גאנצן ענין, פון א פאליטישן קוק ווינקל האבן זיי אמת'דיג נאריש געהענדלט דעם גאנצן קעיס פון אנהייב אן. זיי זענען באמת ווערט א געזונטן פסק און אפשר אפילו פיל מער פון דעם. זיי האבן מיט א קינדישן נאאיוויטעט געגלייבט אז מען וועט נאר אוועק זעצן אפאר רבנים און זיי וועלן דאך זעהן דעם אמת, ווי איז דען מעגליך זיי זאלן פסק'ענען אנדערש פון דעם אמת.

ווי האבן זיי נישט געזעהן דעם נעץ וואס מען שפרייט זיי אויס פאר די פוס.

איך האב מיטגעהאלטן נאך פאר דעם דין תורה, ווען מען האט געקליבן רבנים, און איינער פון די אפציעס וואס מען האט אויפגעברענגט איז געווען הרב ר' יוסף בנציון ראטטענבערג, זוהן פון דעם קאסאנ'ער רבי פון 18'טע עוועניו און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי, און מיר איז דאס דוקא געפאלן ווייל ער איז א רב וואס איז א מומחה און בקי אין חושן משפט ישר והפוך, אבער האט דוקא קיינמאל נישט געטוהן אין דעם אלס א ביזנעס, מילא איז מיר דער אויסוואל זייער געפאלן אבער צד 48 האט אים גע'פסל'ט ווייל ער איז דאך אן איידעם פון וויזניץ'ער רבין. איי וועט איר פרעגן וואס האט א שייכות האט חיטים מיט זכר קדשו. זייער פשוט, ווייל דער וויזניץ'ער רבי האט אויפגענומען ר' מרדכי דוד'ן אויף א באזוך און האט אים אנגערופן באבוב'ער רבי... (טאקע א חוצפה, אנרופן דעם קארטשינ'ער רבין בפניו מיט אן אנדערן נאמען...) איר מיינט זיכער אז איך מאך א ווערטל, הא? ניין עס איז גארנישט קיין ווערטל, דאס האט ווירקליך פאסירט.

אבער צד 45 האט נאאיווערהייט מסכים געווען צו הרב איטשע זעלטענרייך, א איד וועלכער איז א מחותן מיט ר' חיים יאנקל טויבער, און געהער זיך אן אפיציעל צו צד 48, אדער הרב יחיאל באב"ד וועלכער נעמט זיך אפן אן פאר צד 48, זיי האבן פלעין געגלייבט אז די רבנים גייען פשוט זאגן וואס די תורה זאגט ברגע זיי גייען זעהן דעם אמת...

אלזא, צד 45 זענען קלאר בטלנים, אבער דאס מאכט זיי נישט גערעכט אדער אויס גערעכט. זייערע רעכטן קומט זיי אינגאנצן אפגעזעהן פון ווי בטל'ניש זיי האבן געפירט דעם פאליטיק. און דאס איז דאך פונקט דער זאך וואס מיר אלס ערליכע אידן ערווארטן פון א בית דין בישראל וועלכע זענען דן דין אמת לאמיתו און ווערן מיט דעם שותפים צו קוב"ה אין מעשה בראשית, אין קיום העולם. דאס איז וואס מיר ערווארטן פון זיי, אדורך צוזעהן דורך דעם בטלנות און טוהן וואס די תורה היייסט.

אין גוי'אישן קאורט ערווארן מיר אז ווער עס וועט זיין א גרעסערער חברה מאן, ווער עס וועט האבן מער געלט, בעסערע לויערס און קענען בעסער שמירן און לעקן, דער וועט ארויסקומען דער געווינער, אבער פאר דעם זענען מיר דאך דער עם קדוש, דער ממלכת כהנים, וועלכע קוקן נישט אויף דעם, מיר דארפן דאך צו קוקן אויף וואס דער רבוש"ע הייסט און אזוי דארפן מיר זיך פירן. אטא דאס איז דאך די סיבה פארוואס מיר קומען צו א "דין תורה" און נישט צו גענגסטערס אדער סתם רועי בקר. פארדעם קומען מיר צו רבנים און נישט דשאדשעס און קאורטס, טאקע דערפאר ווייל ביי א דין תורה דארף איך צו קענען געווינען נאר אויף די איינע פרעמיס אז איך בין גערעכט און נישט פאר קיין שום אנדערע זאך. דארט ערווארט איך צו געוואונען אפילו איך בין א בטלן, ווייל אין די תורה איז בטלנות נישט קיין סיבה פאר געווינען און חברה'מאן'שאפט איז נישט קיין סיבה צו פאריז פארלירן.

איך געדענק נאך צייטן ווען דער מהלך איז געווען אז איינער קען נישט געוואונען ביי דין תורה דעמאלס גייט ער אין קאורט, ווייל דארט קען ער האבן א טשענס אפילו ע"פ תורה איז ער ראנג. היינט גייט עס פיטש-קאפויער. אויב ווייסט איינער אז ער האט נישט קיין שום שאנס צו געווינען, אפילו אין גוי'אישן קאורט, דאן איז אים געבליבן נאר איין אפשען, גיין צו דין תורה...

דעריבער, אפילו צד 45 זענען טאקע בטלנים, און אפשר גאר טאקע דערפאר, ווייל זיי גייען בתמימות, זיי טוען וואס די תורה הייסט, זיי לייגן פאר זייערע טענות פאר רבנים און זאלן די רבנים פסק'ענען, און אויב וועלן זיי פסק'ענען קעגן די תורה, דאן וועט די תורה הק' זיך אפרעכענען מיט זיי (איך בין ב"ה נישט זיין אפוטרופוס), אבער מיר האבן געטוהן וואס מיר דארפן, טאקע דערפאר בין איך גרייט צו לייגן אין א זייט די מאראלישע בושות און די אויסערליכע פאטש וואס דאס גיט פאר צד 45, און ווייטער זיך אנקערן מיט אט די אידן. די ארויסגעווארפענע, די אפפאל, די שמוציגע אדער אלע אנדערע לשונות וועלכע ער האט (בשליחות פון זיין גאנצע קאמפאני) אזוי אריסטאקראטיש ארויפגעקלעבט אויף זיי.

פאר מיר איז א כבוד צו זיין אין די געזעלשאפט פון א רבי מיט חסידים וועלכע קענען אויספאלגן די תורה הק' גלאט אן קיין חכמות, אפילו ווען פאר די גאס קומט מען נישט ארויס א געווינער.
ווי האט נאר עקביא בן מהללאל געזאגט: "ומוטב שאקרא שוטה כל ימי, ואל אהיה רשע שעה אחת לפני המקום"

הכו"ח לכבוד כל חברי השטיבל ולכבוד כל מקיימי התורה,

הדד בן בדד

נ.ב. מזל טוב צו מיין טויזענטסטע תגובה
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1105 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:29 am

הדד בן בדד, איך בין נישט באקאנט אין די סוגיא, אבער דיין ארטיקל איז גאר שיין געשריבן און הערליך אראפגעלייגט, יישר כח.

און מיין לייק איז בעיקר פאר די שורה.
הדד בן בדד האט געשריבן:נ.ב. מזל טוב צו מיין טויזענטסטע תגובה

כה לחי, זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך לעמיל » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:34 am

ברסלבער האט געשריבן:הדד בן בדד, איך בין נישט באקאנט אין די סוגיא, אבער דיין ארטיקל איז גאר שיין געשריבן און הערליך אראפגעלייגט, יישר כח.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 814 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 10:36 am

מזל טוב @הדד בן בדד צום ואת האלף.
@ברסלבער קענסט דיך שוין אנהייבן צוגרייטן פאר דיין טוזענסטע, איך ווייס ס'קומט א קנאק. אך וואס רעדט איך, ביי דיר איז כמעט יעדע הודעה א טויזענסטע סחורה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4823
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9679 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9370 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:26 pm

זייער שיין געשריבן הדד בן בדד, און א ריזיגען מזל טוב צו דיין טויזענסטע תגובה.
איך בין נישט עכט אריינגעטוהן אין די באבובע פרשה , און איך קום נישט קלאר ארויס וואס הרב גרויז'ס ראלע איז אין די דין תורה. איז ער א בורר אדער א טוען? אויב איז ער א טוען זעה איך נישט די גאנצע פראבלעם, ער ווערט דאך באצאלט פאר דעם. איינער גייט האבן טענות אויף א לויער פאר'ן שרייבן א גוטען פסק פאר זיין קלייענט?
אויב איז ער א בורר איז ער דאך א חלק פון די בית דין , אויב אזוי ווי אזוי האט ער געקענט ארויסגעבן א אייגענע פסק פאר די בי"ד האט ארויסגעגעבן זייער פסק? און פארוואס האבן די אנדערע חברי הבי"ד דאס צוגעלאזט??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:48 pm

איינער האט מיך געענפטערט אין אישי

די דיינים פון ארץ ישראל געבן אייביג ארויס א בירור בכתב איידער מען פסק'ענט, און דער ראש בית דין שרייבט דער ענדגילטיגע פסק דין באזירט אויף די בירורים פון די אנדערע צוויי דיינים, זה בונה וזה סותר, און די אנדערע צוויי מוזן אייביג אונטערשרייבן דער פסק דין וואס דער ראש בית דין שרייבט - אפילו אויב עס איז למעשה נגד זייער אייגענע בירור. קוק אדורך גאנץ "פסקי דין רבניים" (בערך 25 בענדער) וועסטו עס זעהן ביי יעדע איינציגע פסק.

לויט ווי איך הער האט דער אנדערע בורר אויך געשריבן א בירור און עס געשיקט צו דער בית דין, נאך פאר דער בירור איז ארויס.

איך בין נישט באקאנט וואס עס איז פארגעגאנגן אין באבוב, אבער דו פרעגסט אויב עס איז נארמאל פאר דיינים צו שרייבן די "בירורים" (הצעת פסק דין) און עס ארויסגעבן, איז די תשובה בפירוש יא. קוק אדורך אלע פסקי דין רבניים פון ארץ ישראל וועסטו עס זעהן. עס איז בכלל נישט מחייב די דיינים. די בוררים מוזן אונטערשרייבן וויאזוי דער רוב וועט צום סוף אננעמען.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:06 pm

@הדד בן בדד זייער שיין הערליך
שוין לאנג ניש געזען אזא מייסטער ארבעט אויף א קהילה וואס איך קען פון דער נאנט
בעיקר האט מיר געכאפט דיין שייכות ואדיקות צו א גזע און האבען דעם של ראש אויפען פלאץ אפצוהיטען ניש צו ווערן איינגעמיירעט דערמיט, און מקריב זיין די צאצאינו וצאצאי צאצאינו אין א סומאטוכע פון יענעמ'ס ירושה קריג.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 9:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » זונטאג מאי 25, 2014 10:33 pm

הערליך געשריבען אין אמת ויציב
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך חרבונה » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:54 pm

יעצט ווען די נושא איז פריש על שולחן מלכים איז כדאי צו כאפען א בליק אינעם רייכען תגובה פון הדד בן בדד.
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:40 pm

כ'ברענג ארויף דעם אשכול ווייל עס ווערט דערמאנט דורך שמואל היילמאן אין זיין נייעם בוך "ווער וועט אונז פירן?".
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט