אלגעמיינע ביכער צום ליינען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

אלגעמיינע ביכער צום ליינען

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:14 pm

ניין, ך'טו נישט תשובה. ך'בין אבער יא צוריק. שלום עליכם, עליכם שלום. ווער זענט איר? א פרישע ניק? שוין, אזויפיל צייט אדורך, אזויפיל וואסער איז דורכגעפלאסן אין טייך אז כמעט ולא נודע כי באתי אל קרבנה פון מיין באליבטן שטיבל. עפעס א טעג פון @שמעקעדיג האט מיר צוריקגעשלעפט איך זאל נאכאמאל באזוכן דעם סייט, און די תאוות הכתיבה האט זיך מיר צוריק אנגעצינדן. Just kidding! גלייבטס מיר, כ'ליין יעדן טאג, און ווען ך'קען ווען וואלט ך' יעדן טאג געשריבן, נאר וואס קען איך טון אז ברוב רחמיו וחסדיו ובעוונותינו הרבים בין איך ליידער געווען פארנומען לעצטנס, פארשאלטן צוליב חוה'ס חטא, א שרייבער'ס אפשטעל גרויס ווי אנטארטיקע, און אינטערנעט נאר אויף א פיצל פאון וואס איז קוים ראוי מצרף צו זיין צום מנין. שוין, מה שהיה היה, דער עיקר אז מ'איז צוריק דא.

צום ענין. מ'האמיר שוין ב"ה אן אשכול אויף נייע אלגעמיינע ביכער אבער נישט-נייע אלגעמיינע ביכער האבן מיר נאכנישט קיין אשכול מיוחד. אדער אפשר יא? אויב יא, יבוא בעל הכרם וימזג אשכול זה עם האשכול השני. א'קיצור, כ'האב זיך לעצטנס איינגעהאנדלט (קרי: דאונלאודעד) דעם קינדל עפפ, און מ'האמיר זיך גענומען ליינען ביכער אין גרויסן. אז מ'ליינט דארף מען דאך הערן דעם דעת הקהל אויף וואס מ'ליינט און עס דורכדרעשן בדיבוק חבירים. זאל אלזא דא זיין א מקום מיוחד צו שמועסן איבער אלגעמיינע ביכער אין אלגעמיין, די גוטע, די גאר גוטע, און די שלעכטע, רעקאמאנדירטע און דאס פארקערטע.

איך האלט יעצט אינמיטן ליינען מעלקאם גלעדוועל'ס בוך "וואס דער הונט האט געזען". קודם א שטיקל הקדמה אויף גלעדוועל'ן. ער איז א אינטערנאציאנאלע בעסטסעלינג מחבר, און זיינע ביכער זענען געווענטליך א געמיש פון פאפ-סייענס און אינטערעסאנטע אנעקדאטן. גלעדוועל'ס מעלה ליגט אין זיין גאר ציציענדער שפראך, און זיין חוש צו שרייבן אויף א גאר לייכטן אופן. אנדערש ווי זיינע אנדערע (בעסטסעלער) ביכער, איז "וואס דער הונט האט געזען" נישט באזירט אויף עפעס א נושא וואס גלעדוועל טוט דורך כדרכו בקודש (כ'מיין נישט גארנישט, כ'מיין נאר די מליצה צו צוברעכן די אויער (קרעדיט, @יאיר) נאר עס איז א קאלעקציע פון 19 עסייען וואס גלעדוועל האט געשריבן פאר די "ניו יארקער" מאגאזין. דער בוך איז צעטיילט אין דריי חלקים. דער ערשטער חלק, וואס כ'האלט נאך אינדערמיט פון איר, איז איבער קלענערע זשעניס. דאס הייסט, נישט וועלט-בארימטע זשעניס וואס האבן געטוישט די וועלט ווי איינשטיין אדער סטיוו דזשאבס (להבדיל אלף אל.., אה, כ'האב נישט דערמאנט קיין איד, פארגעט איט), נאר איבער קלענערע נישט-וועלט-בארימטע זשעניס וואס זענען אויפגעקומען מיט חידושים און האבן געטוישט די וועלט, א שטייגער ווי דער אבסטעטרישאן דזשאן ראק וועלכער האט דעוועלאפט דעם בוירט-קאנטראל פיל. כ'קען נישט זאגן אז כ'האב הנאה געהאט פון יעדן עסיי, אבער פון געוויסע (טאקע פון דעם עסיי איבער ראק, אדער פון אן אנדערן עסיי איבער נאסים טאלעב דער מחבר פונעם בעסטסעללער "די שווארצע שוואן") האב איך גאר שטארק הנאה געהאט. גלעדוועל שרייבט גאר געשמאק און פון אן אייגנארטיגן קוקווינקל. די אנדערע צוויי חלקים פון וואס דער הונט האט געזען זענען איבער פרעדיקציעס און די פראבלעמען פון זיי, און איבער אפשאצן דער מענטשליכער פערזענליכקייט און כאראקטער. כ'וועל באריכטן ווען כ'וועל ליינען אי"ה.

גלייכצייטיג ליין איך אויך א לייכטערן בוך מיטן נאמען "קעפ אין בעטן" פון אן ארבעטער אין האטעלן אין ניו ארליענס און אין ניו יארק פאר איבער 15 יאר. דער בוך איז געשריבן אויף א לייכטן הומאריסטישן שפראך, אריינגעמישט אביסל פראפעניטי (אההממ... אפשר אביסל אסאך, איר ווילט נישט וויסן וואס טוט זיך אלס אפ אונטער די טירן פון די האטעלן אין ניו יארק סיטי...), און איז אויך היבש אינפארמאטיוו איבער דעם גאנצן הלוך ילך פון דעם האטעל ביזנעס, כולל אלע טריקס וויאזוי צו בא'גנב'ענען די מיני באר און וויאזוי זיכער צו מאכן אז די וואלעי צוברעכן נישט אייער קאר. דער ניו יארק טיימס האט געהאט א גוטן איבערזיכט דערויף.

און וואס ליינט איר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יידל אום דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:27 pm

גאר גוט באשריבן, יידל. וועלקאם בעק. אפשר זאל מען טוישן דעם טיטל צו עפעס אזוי "ביכער וואס איר ליינט".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7678 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:30 pm

אפשר שוין צייט פאר א קאווע שטיבל בוק קלאב, אפשר אזוי וועל איך אביסל אראפנעמען די עול פון מיין Amazon וויש ליסט. יעדע וואך א בוך, דערנאך קען מען איבערשמועסן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:31 pm

נו, געפילטע, קריינא וכו'. גיב ארויס א בוך פון דיין וויש ליסט, און אי"ה נאכן שניי וועלן מיר דאס דיסקאסען.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:33 pm

יאיר'ל, עשיתי כאשר צווית. כ'בין דאך אבער אן אויבער-חכם, האב איך געטוישט דעם קעפל ווי מיר האט געשמעקט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:34 pm

יידל האט געשריבן:נו, געפילטע, קריינא וכו'. גיב ארויס א בוך פון דיין וויש ליסט, און אי"ה נאכן שניי וועלן מיר דאס דיסקאסען.

נע, די ביכער אין מיין וויש ליסט האסטו שוין געליינט 7 יאר צוריק, כ'שעם מיך אז איך האלט נאך ביי אלף בית.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:35 pm

געפילטע, ווילסט מיר אויפרעגן? גיב שוין ארויס א בוך! קוק אהער, פלוצלינג ווערט ער מיר א ביישן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:38 pm

איך לייען יעצט 1984, (לייען? אויב דו רופסט עפעס וואס ליגט אויפגעמיטש אין גוגל בוקס און שטייט שוין וואכן ביי בלעטל 28, לייענען) צופרידן?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:45 pm

1984 איט איז! א געוואלדיגער טשויס. כ'האב צוויי יאר צוריק אנגעהויבן ליינען 1984 אבער עס קיינמאל נישט געענדיגט.
דאונלאדירט עס בחנם אין פארשידענע פארמען דא:
https://archive.org/details/ost-english ... 7-dystopia

אדער דא http://www.ulozto.net/xiQzNkPh/orwell-g ... 84-en-mobi פאר א גוטע לעיאוט פארן קינדל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:21 pm

איך האב לעצטנס געליינט guns , germs, and steel, זענט איר באקאנט דערמיט?
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 965
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1139 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:33 pm

ווי כ'הער איז עס א געוואלדיגער בוך, שמערל. כ'האב געוואטש דעם דאקומענטערי וואס איז באזירט אויף דעם בוך http://topdocumentaryfilms.com/guns-germs-and-steel/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:42 pm

פאר צוויי יאר צוריק בערך האב איך געליינט דעם ניו יארק טיימס בעסט סעלער בוך Son Of Hamas. דער שרייבער איז א זון פון איינע פון די גרינדער פונעם כאמאס טעראר גרופע, און איז אנהייב אליינס געוועהן א טעראריסט, געזעצן אין א מדינת ישראל טורמע און האט שפעטער שפיאנירט צען יאר פאר מדינת ישראל. ס'איז א זייער אינטערעסאנטע און שפאנעדיגע בוך און ווערד צו ליינען.
ס'האט נאך א מעלה אז מ'קען עס באקומען בחינם אונליין, פאר מער פרטים קאנטאקט מיר אין אישי.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:42 pm

אם יידל כאן הכל כאן. וועלקאם בעק!
איך האב היינט אנגעהויבן צו לייענען The Art of Biblical Narrative, פון ראבערט אלטער.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:46 pm

שמערל האט געשריבן:איך האב לעצטנס געליינט guns , germs, and steel, זענט איר באקאנט דערמיט?

איך האב עס געליינט מיט א צייט צוריק, און די אימפרעשאן ליגט מיר נאך אין די ביינער. עס איז ממש א גאונ'ישע ווערק. דער מחבר, ירד דיאמאנד, א ריכטיגער Polymath, ווארפט אדורך געאגראפיע, עוואלוציע, ביאלאגיע, באטאניק, אנטראפאלגיע, אין איין ביכל, אויפווייזנדיג אז די פארגעשריטנקייט פון פעלקער איז תלוי בלויז אין צופעליגע זאכן, בעיקר דער אגריקולטור און קלימאט וואו מען וואוינט. דיאמאנט'ס בוך, א געווינער פון דעם פוליצער פרייז, איז די ענדגילטיגע טויט קלאפ אויף ראסיזם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7678 מאל

הודעהדורך פידלער » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:57 pm

יאנקל, דאס קוקט מיר אויס גאר אינטערעסאנט. איך בין אמאל געווען ביי א לעקציע פון James Wood, וועם איך האלט פאר איינע פון די בעסטע מבינים אויף quality writing, אויזער וואס ער איז סתם אזוי brilliant, און די גאנצע לעקציע איז געווען איבער די הערליכקייט און קוואליטעיט פון די שרייבווערק אין די תורה דארט ווי ס'שטייט די מעשה פון עקידת יצחק.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:13 am

געפילטע פיש האט געשריבן:איך לייען יעצט 1984, (לייען? אויב דו רופסט עפעס וואס ליגט אויפגעמיטש אין גוגל בוקס און שטייט שוין וואכן ביי בלעטל 28, לייענען) צופרידן?

viewtopic.php?f=5&t=4103
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3478
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6735 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:13 am

יא יא, דעמאלס איז עס טאקע ארויף אויף מיין וויש ליסט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:30 pm

יישר כוח יידל און וועלקאם בעק (אפילו אויב ס'איז נאכנישט פערמאנענט P:)

איך האלט יעצט אינמיטן לייענען neither dog nor wolf: on forgotten roads with an indian elder. דאס בוך דערציילט וועגן די שמועסן וואס דער מחבר האט געפירט מיט אן עלטערן אינדיען (ווי די אריגינעלע רויט-הויטיגע אמעריקאנער איינוואוינערס ווערן אנגערופן אדאנק א געאגראפישן טעות וואס קאלאמבוס האט בשעתו געמאכט), איבער זייער לעבן, אויסקוק אויף דער וועלט, בליק אויף דער קולטור פון די "ווייסע מענטשן", און נאך. דער אינדיען, וועמען דער מחבר רופט אן Dan, איז נישט קיין פירער אדער אויסנאמליכע פערזענליכקייט. און אנדערש ווי א סך אנדערע ביכער וועגן אינדיענס, וועלכע פאקוסירן אויף דער חכמה און טראדיציעס פון די אינדיען שבטים און קולטור, גיט דאס בוך אן אויטענטיש, נישט-ראמאנטיזירט בילד איבער זייער לעבן און טראכטן.

דורכאויס זיינע לענגערע מאנאלאגן, גיט "דען" איבער אמת'ע דברי חכמה און א סך פשוט'ע, אבער גלייכצייטיג קלארע און טיפע רעיונות. כ'וועל נאך אפשר ברענגען דוגמאות, אויב די צייט וועט מיך דערלויבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:00 am

האלטענדיג אינמיטן 1984, שפירט זיך די תגובה ווי תורה לשמה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:25 am

איך האלט אינמיטן ליבעראליזם איז עי מענטעל דיסארדער פון מייקל סעוועזש אוי איז ער גערעכט.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2164 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » פרייטאג יאנואר 24, 2014 9:16 am

איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
א מענטש וואס וויל נישט לייענען האט נישט אן אויבערהאנט איבער איינער וואס קען נישט לייענען.
-מארק טוועין
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג פעברואר 02, 2014 5:26 pm

היות איך זעה אז דער עולם האלט אין מיטן ליינען 1984 פון ארוועל, וואלט איך געוואלט רעקאמענדירן אז נאכן ענדיגן זאלט איר ליינען The Impossible State פון וויקטאר טשא. בשעת וואס ארוועל'ס בוך איז הוילע געניאלע פיקציע, איז דער בוך די רעאליסטישע ווערסיע דערפון. טשא גיבט די ליינער א בליק אריין אין די קאמוניסטישע נארט קאריע סיי פון א היינטיגע שטאנדפונקט און סיי פון א היסטארישע שטאנדפונקט, אזוי אז די ליינער פארשטייט ווי אזוי עס האט זיך דערקייקלט צו אזא שווערע צושטאנד, און ווי אזוי א דיקטאטארשיפ קען האבן אזא שטארקע מאכט איבער אזא גרויסע פאפולאציע.

טשא איז געפארן קיין נארט קאריע בשליחות פון פרעזידענט בוש, אבער ער גיבט אויך א שטארקע פארטרעאיל מצד זעקס געוועזענע נארט קאריער בירגער. עס איז נישט צום גלייבן אז אין 2014 איז פארהאן א לאנד וואס עטליכע עליטע טיילן איין פאר מיליאנען איינוואוינער א יעדע טריט און שריט, אריינגערעכנט זייערע מחשבות און רייד.


.
בייגעלייגטע פיילס
books0520lee.jpeg
books0520lee.jpeg (75.2 KiB) געזען געווארן 3883 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2755
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6986 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6171 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 02, 2014 5:39 pm

פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 5:46 pm

פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.


איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1778 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 02, 2014 7:50 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.

איך האלט שוין פון לאנג אז דו דרייסט זיך מיט שלעכטע חברים
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 964 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט