איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך
Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.
דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.