איש עברי האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?
זעט אויס איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען ביז אהין; איך האב יעצט געענדיגט מיט די בוש יארן. אבער עס שטייט אויס פון אים. פון זיין בוך שיינט ער צו זיין א זייער גראדער מענטש, כאטש קלוג אויך, וואס פארנעמט נישט פאליטיק און ליגנטס.