א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

[center]א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל[/center]
[center]דער מאדנע פארצייטישע מעטאָד וויאזוי מען פלעגט זאמלען 'מעות קדימה' אבאנענטן[/center]
[center]ארייינפיר:[/center]

לאמיר זיך ארויסלאזן אויף א ווייטע שפאציר, אין די נישט-ווייטע פארגאנגענהייט, ווען אונזערע אור-עלטערן האבן נאך געוואוינט אין די פארצייטישע דערפער אין אייראפע. ב"ה עס איז היינט א פארגעשריטענער וועלט, די פרימיטיווע דרוקערייען פון דעם פריערדיגן יאר הונדערט זענען א פארגאנגענהייט; מאכטפולע קאמפיוטערס און פארגעשריטענע לעיזער פרינטערס האבן איבערגענומען דעם אויבנאָן. ווען עס האט אמאל גענומען לאנגע יארן און שווערע הארעוואניע צו דריקן א חיבור, קען מען היינט דרוקן ספרים אויפ'ן א הערליכע פארנעם ס'שייך אין די קלענסטע צייט-אפשניט.
יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, טרעפט מען צווישן די מעלדונגען אויפ'ן וואנט פון ביהמ"ד, אז מען טוט צוזאמנעמען 'מעות קדימה' פאר א פרישע ספר וואס איז ערווארטעט ארויסצוקומען אין די נאנטע טעג. לויט דער שיטת הרא"ש קענט מיר מקיים זיין דעם מצוה פון 'ועתה כתבו לכם את השירה הזאת' – מצות 'כתיבת ספר תורה' דורכ'ן אפקויפן א זכות אינעם דרוקן פון א ספר. אנדערע אמבּיעזע מחברים גייען ארום אין די בתי מדרשים צווישן די מנינים איינצושפאנען דעם ברייטע ציבור צו איינצאלן 'מעות קדימה' פאר זייער נייער חיבור...
דאס איז היינט צוטאגס. אין דער אלטע היים, אויב האט א מחבר געוואלט ארויסגעבן א חיבור און געוואלט איינקאסירן 'מעות קדימה' געלט, איז דאס געווען א קאמפליצירטע אונטערנעמונג. אלזא, לאמיר איינשפאנען דעם פערד און וואגן – אנטשולדיגט, אייער אויטא... – און זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג...

***

מיט אפּאר הונדערט יאר צוריק איז געווען א פארשפרייטע מנהג ביי מחברים, בעיקר די רבנים, זיך ארויסצוהעלפן ביים ארויסגעבן א חיבור דורך צוזאמנעמען פון פאראויס געלט ביי די פּאָטענציעלע קונים. היות דער מחבר האט נישט פארמאגט די אסטראנאמישע סומעס וואס עס פארלאנגט זיך צו דעקן די דרוק-הוצאות ביים דריקן א ספר און אין דער זייט זאל אויך איבערבלייבן א שטיקל הכנסה. און אזויווי אז אין זיין שטאט האט ער נישט געהאט קיין האפענונג צונויפצוקלויבן גענוג געלט, האט ער פאר דעם צוועק זיך ארומגעקלעטערט באזוכן די ארומיגע מקומות פון זיין שטאט און גאנץ אפט אויך גאר ווייטע אידישע ישובים.

דער געווענטליכע שטייגער איז געווען אז דער מחבר פלעגט אריינגיין צום רב פון שטאט וואו ער האט געוואלט צוזאמנעמען אבּאָנענטן (חותמים) פאר זיין חיבור און ווייזן זיין כתב יד. אויב דער מאַנוסקריפּט האט שוין געהאט הסכמות פון אנדערע רבנים אדער דער רב אליין האט געזעהן אז דער חיבור איז ברוח התורה און איז ווערט געדרוקט צו ווערן, פלעגט דער רב דאן שטעלן צוויי בעלי בתים מיט דער אויפגאבע אים צו באגלייטן ביים קלויבן חותמים אויף זיין נאך נישט-געדרוקטע חיבור.
די נעמען פון די מענטשן וואס האבן באצאלט פון פאראויס, אדער האבן כאטש געגעבן האנט געלט, פלעגט דער מחבר פארשרייבן ביי זיך און גלייכצייטיג זיך פארשריבן די שטאָט און נישט זעלטן אויך דעם טיטל פון אבּאָנענט. ביים אפדרוקן זיין חיבור פלעגט דער מחבר פארעפנטליכן עפ"י רוב ביים סוף פונעם ספר די נעמען פון די חותמים און דאס פלעגט מערסטנס זיין אויסגעשטעלט לויט זייערע שטעט. די דאזיגע אנגעגעבענע נעמען אויף ספרים זענען די "פרענומעראנטן רשימות" מיט וואס מיר פארנעמען זיך.

פון וואו שטאמט דעם אויסדרוק?

דער ווארט "פרענומעראנטן" איז נישט קיין ריין-אידישע ווארט; נאר עס איז גענומען געווארן פון די קריסטליכע ביכער, וואס די פארפאסער פון זייערע ביכער האבן זיך אויך באנוצט מיט'ן דאזיגן מיטל פון פינאנצירן זייערע דרוקעריי-פראיעקטן. אבער ביי זיי איז דאס נישט געווען אזוי פארשפרייט און סוקסעספול, ווי ביי אידן.

פרענומעראנטן איז געווען א א פרעמד ווארט און שווער צו ריכטיג אויסלייגן די אותיות פאר אסאך רבי'שע מחברים, דעריבער קען מען טאקע זעהן אפט מאל ווי עס איז אויסגעלייגט אויף אן אינטערסאנטע וועג. טייל מחברים האבן איינפאך גענוצט דאס ווארט 'חותמים' אדער 'המתנדבים בעם'. געציילטע אנדערע האבן מקדים געווען: "ואלה שמות"; "שמות נתנו מראש"; "תומכי דאורייתא; אדער "הטיבה ה' לטובים".

־־־> פארזעצונג קומט אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט...

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר