בלאט 1 פון 1

נעמען פון ספרים גענומען פון שיר השירים

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 10:14 am
דורך דריידל
במשך פונעם יו"ט פסח קומט אויס צו זאגן שיר השירים עטליכע מאל. ס'איז דא וואס פירן זיך עס צו זאגן יעדע ערב שבת אנדערע פטר'ן זיך מיט די פיר פסוקים ר"ת יעקב (וואס אגב איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן דער מקור דערפון) אבער אני הקטן זאג עס נאר פסח ביינאכט נאך די סדרים און שבת חול המועד, כנהוג.

זאגענדיג שיר השירים איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן אז זייער אסאך נעמען פון ספרים זענען גענומען פון שיר השירים. איך שטעל דא ארויף א טיילווייזע ליסטע:

טורי זהב (תורי זהב)
פרי מגדים
נקודות הכסף
ערוגות הבושם
מגדלת מרקחים
פרדס רמונים
שער בת רבים
באר מים חיים
צרור המור
משכנות הרועים
חבצלת השרון
צאינה וראינה
אלף המגן
שלטי גבורים
מעין גנים
דגול מרבבה
סוגה בשושנים
חדשים גם ישנים
כרם (היה ל)שלמה
הרי בשמים.

ווער ס'באמערקט נאך איז מכובד צוצולייגן