"כל באיה לא ישובון", שלום דין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

"כל באיה לא ישובון", שלום דין

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:26 pm

דער קומענדיגער חודש ניסן, תשע"ה, מערץ 24, 2015, למספרם, וועט ערשיינען א נייעם בוך פון @שלום דין מיט'ן נאמען "All Who Go Do Not Return", דאס איז אן ענגלישער איבערזעצונג פון "כל באיה לא ישובון".

פילע זענען נאך פארווייטאגט פון דעם בוך פון דבורה פעלדמאן, וואס איז געווען אנגעפיקעוועט מיט האלבע און גאנצע שקרים, און בעיקר שלעכטהארציג קעגן פיינע מענטשן וועלכע האבן איר נאר גוטס געטון. שלום דין האט זיך ארויסגעשטעלט אין דער פארגאנגנהייט צו שרייבן וועגן שענדליכע ערשיינונגען ביי חרדישע אידן אויף א מעסיגן און יושר'דיגן אופן, און האט גאנץ לעצטנס זאגאר פארדאמט א שרייבער וואס האט אויסגעטראכט שקרים און דמיונות קעגן חרדישע אידן.

דאס גיט האפענונג אז דער נייער בוך וועט זיין יושר'דיג און רייך באשריבן מיט דינ'ס מייסטערהאפטיגער פענע.
בייגעלייגטע פיילס
Deen.JPG
Deen.JPG (43.54 KiB) געזען געווארן 6083 מאל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:32 pm

האט עס נישט געדארפט צו הייסן מיטן נאמען 'שייגעץ'?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2372
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6583 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:37 pm

איך האב אויך געהערט אז דער בוך גייט הייסן "שייגעץ", אבער זעט אויס אז דער מחבר אדער דער פובלישער האבן געטוישט דעם פלאן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:40 pm

@שלום דין, שטיל ביטע די נייגער פון דעם עולם. וואו צילט דער בוך? וואס האבן מיר צו ערווארטן.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3670 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:13 pm

יעצט איז שוין קלאר וועלכע בוך צדיקים האבן אינזין געהאט ווען זיי האבן אונז מגלה געווען אז כל באיה לא ישובון איז ר"ת ביכ"ל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2476
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3734 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:23 pm

איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 781
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1283 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:28 pm

דו רעדסט פון אן אינטערוויו מיט ארי מאנדעל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2372
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6583 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:29 pm

מ'דארף אויסהארעווען דעם הייליגער ספר מאור עינים פאר מ'נעמט זיך צום ביכל. דאס קען לכאורה געבן שיין צום מבוא פון זיין ביאגראפיע, [לדעתי]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:30 pm

ער איז א גוטע שרייבר כ'ציטער דער בוך זאל אונז נישט אנמאכען רעבישע בושות.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2107 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג יולי 13, 2014 1:53 pm

כל באיה אין משלי רעדט פונעם אשה זונה, אלע וואס קומען אויף איר לא ישובין ולא ישיגו ארחות חיים. נישט ממש דער טייטש אלל הו גא וכו'

רב דין איז טאקע געבענטשט מיט א פעדער. ער פלעגט זיין זייער ב'טעמט בשנים קדמוניות אין סקווער. לעצטערע יארן שרייבט ער מיט ביטערקייט און ווייטאג, האפנטליך דער בוך וועט זיין דער ערשטער פון אן היימישער לשעבר מיט קוואליטעט מאטריאל נישט סתם שנאה און ליגיונות.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 11:34 am
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1855 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג יולי 13, 2014 2:12 pm

ווען ער האט געשריבען דא איז ער בכלל נישט געוועהן ביטער, איינער ווי ער איז אינטרעסאנט אז ער האט בכלל געשריבען א בוך, ווען ער שטעלט א פנים כאילו ער האט זיך אנגעשאקעלט פין זיין עבר און האט נישט קיין האס און שנאה.

קען אבער זיין אז זיין בוך וועט זיין געצילט אויף זיין היינטיגע לעבען מער ווי זיין עבר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1607 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 14, 2014 5:25 pm

ס'משמע עפעס אז מ'קען עס שוין קויפן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יולי 14, 2014 5:27 pm

אמאזאן ערלויבט "פרי-ארדערס", דאס הייסט אז מ'קען קויפן נאך פאר דער אייטעם איז יצא לאור עולם, און עס ווערט דעליווערט תיכף ביים ערשיינען.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג יולי 14, 2014 5:37 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה


דו מיינסט דאס: http://www.salon.com/2012/04/19/the_sound_of_sin/
מצד שני האט ער שוין אמאל געשריבן אז זיין כל באיה לא ישובון איז געווען ביבל קריטיק http://www.unpious.com/2011/08/no-return/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4161 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג יולי 14, 2014 5:42 pm

די טייטל איז נישט קיין גענוי אפטייטש פון כל באיה לא ישובון ווייל באיה איז טייטש 'וואס קומען צו איר' נישט 'וואס גייען'
אבער געוויס איז עס אינספירירט פון דעם אויבנדערמאנטער פסוק און אירע ראשי תיבות.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2372
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6583 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יולי 14, 2014 9:18 pm

יידל האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה


דו מיינסט דאס: http://www.salon.com/2012/04/19/the_sound_of_sin/
מצד שני האט ער שוין אמאל געשריבן אז זיין כל באיה לא ישובון איז געווען ביבל קריטיק http://www.unpious.com/2011/08/no-return/

איך בין געווען אמאל ביים רבי'נס שלש סעודות תורה פרשת משלי, געדענק איך ווי ער האט דעמאלט געזאגט כהאי לישנא, "אין די מגילות ים המלח האבן די חוקרים געפינען א גירסא "בכל באיה לא ישובון"." האט ער געזאגט זאגט ער, "בכל באיה לא ישובון איז ראשי תיבות ביבל." וגעו כל העם בבכיה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7685 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 5:30 pm

עס איז נאך דא א גוטע האלבע יאהר ביז די בוך קומט ארויס אבער עפעס א בוכער פאדקעסט האט פארשאפט א קאפי און מאכט א קורצע פאזיטיווע ריוויו

http://bookrageous.podbean.com/e/bookra ... lit-lunch/
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 781
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1283 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:52 am

ראובן האט געשריבן:איך האב אויך געהערט אז דער בוך גייט הייסן "שייגעץ", אבער זעט אויס אז דער מחבר אדער דער פובלישער האבן געטוישט דעם פלאן.

יא. איך הב געליינט אויף זיין (שלום דיען'ס) בלאג "אנ-פייעס" ווי ער צונעמט די גאנצע סוגיא פון די מנובלת דעברא פעלדמאן, ביי א ראונדטעיבל קאנפערענס מיט די אנדערע או.טי.די. קאלעגעס...ס'איז מתוק מדבש. און ווייזט אויף זיינע פילע טאלאנטן און שרייבערישן מייסטערווערק און שכל הישר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך מערץ 18, 2015 7:59 am

שלום דינ'ס בוך ערשיינט קומענדיגע וואך. קריטיקער וואס האבן געלייענט דעם בוך פאראויס לויבן עס גאר שטארק אויס. אויף אמאזאן האט דאס בוך א הויכע דורכשניטליכע ראטע פון 4.8 שטערן, פון 29 רעוויוס.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:47 pm

ווער שרייבט א רעצענזיע אויף דעם ביכל פאר פה-סח?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2372
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6583 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:15 pm

איך האב באשטעלט דעם ביכל ביי מיין לייברערי.

10 מענטשען זענען שוין אין שורה אויף דעם ביכל.

די לייברערי האט באשטעלט צוויי ביכלעך פאר 18 ברענטשעס. סך הכל 36
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1426 מאל

הודעהדורך אפשר » מיטוואך מערץ 18, 2015 7:34 pm

אונז האמיר שוין געלייגט א האלד א חודש צוריק, האפנטליך וועט די לייברערי נישט פעניען.

דא קען מען ליינען א שטיקל אויסצוג פונעם בוך, וואו שלום באשרייבט זיינע יארן זייענדיג א רבי אין סקווערע חדר.
http://m.forward.com/articles/216457/le ... uare-yesh/
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 18, 2015 7:51 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער איז א גוטע שרייבר כ'ציטער דער בוך זאל אונז נישט אנמאכען רעבישע בושות.

ער. (שלום דיען) איז א מייסטערהאפטער שרייבער. בשעת די נבלה דעברא פעלדמאן...הא הא הא...וואס איהר עכטער נאמען איז שרה'לע ברקוביק האט אזוי שטארק באשמוצט ערליכע אידן און די גאנצע אידישע רעליגיע, האטציך שלום דיען ארויסגעשטעלט בראש פון א סימפאזיום פון א גרופע געוועזענע ערליכע אידן, און האט שטארק פארדאמט די שרייבערין און אירע סטעיטמענטס אין דעם שמוציגן בוך...! אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויפגעוויזן דעם אבסורדאלן מצב וואו אזויגערופענע חשוב'ע אידן אין אונדזער היימישע קהילה ווילן געניסן פון דעם כבוד וואס זיי האלטן אז ס'קומט זיי. און פון די אנדערע זייט זינדיגן זיי מיט גראבע עבירות און שרייען נאך אויף אנדערע מענטשן "שייגעץ"..
דאס ארטיקל אויף ענגליש וואס הייסט "א חשוב'ער מענטש"...געשריבן דורך שלום דיען וואו ער שילדערט וויאזוי איינער פון די "חשוב'ע אידן" איז געווען משוקע אין די מ"ט שערי טומאה. אין די זעלבע צייט וואס ער האט געשפילט א ראלע אלס איש מכובד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך מערץ 18, 2015 8:55 pm

אפשר האט געשריבן:אונז האמיר שוין געלייגט א האלד א חודש צוריק, האפנטליך וועט די לייברערי נישט פעניען.

דא קען מען ליינען א שטיקל אויסצוג פונעם בוך, וואו שלום באשרייבט זיינע יארן זייענדיג א רבי אין סקווערע חדר.
http://m.forward.com/articles/216457/le ... uare-yesh/


זשאזשנדיג פונעם דאזיגן אויסצוג פרק איז לע"ד שוואכע מעשיות. גארנישט קריעטיוו סתם בעבישע העלדישקייט פון אויסזאגן פאר די גוים אז דער רבי האט געשלאגן און מען נעמט אף די בוקס. די אלע שמוצערייען האט פעלדמאן בעסער געקענט.

צו דער פולער בוך האט מער תוכן וועלן מיר וויסן נעקסטע וואך אי"ה.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 11:34 am
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1855 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 8:56 pm

בן תמליון, דער קונץ פון שרייבן איז נישט אזוי ווייט וואס מען זאגט נאר ווי אזוי מען זאגט עס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7685 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט