ספרי הג"ר יצחק זילבערשטיין שליט"א

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

ספרי הג"ר יצחק זילבערשטיין שליט"א

שליחה דורך יאנקל »

אין דער עולם הספרים איז שטארק בארימט דער פרוכטבארן מחבר, הג"ר יצחק זילבערשטיין שליט"א, רב ברמת אלחנן, בני ברק. הרב זילבערשטיין איז געווען אן איידעם (בזו"ר) פון הגרי"ש אלישיב שליט"א, און האט באקומען סמיכה פון הג"ר יחזקאל אבראמסקי ז"ל. פאר עטליכע יאר איז ער געווען א מגי"ש אין דער לוצערנער ישיבה.
הרב זילבערשטיין איז א מומחה אויף עניני הלכה און רפואה, און איז באקאנט פאר די סיפורים וועלכע ער דערציילט ביי שיעורים פון וועלכע עס זענען שוין ארויסגעקומען עטליכע ספרים.
פאלגנד איז א ליסטע פון זיינע באקאנטע ספרים:

תורת היולדת - הלכות יולדת
טובך יביעו (ב"כ) - סיפורים על סדר הפרשיות
עלינו לשבח (ה"כ) - סיפורים על סדר הפרשיות
והערב נא (ב"כ) - דיונים הלכתיים בשילוב סיפורים על סדר הפרשיות
ברכי נפשי (ה"כ) - פרקי חיזוק ואמונה בשילוב סיפורים על סדר הפרשיות

אין זיין ערך אין וויקיפעדיע ווערט אויסגערעכנט אויך די פאלגנדע ספרים:
מלכים אומניך - בעניני איסור אמירה לנכרי בשבת
שבת שבתון - הלכות חולה ביום כיפור
חשוקי חמד - הערות על סדר הדף היומי שנכתבו על ידי הרב בכולל בית דוד

על של עתה באתי, אין די לעצטע וואכן איז ערשינען א ריזיגער ווערק פון דעם גרויסן מחבר, דער ספר "שיעורי תורה - לרופאים". אין די פינף דיקע בענדער פון דעם ספר גייט דער מחבר דורך הונדערטער דילעמאס אין עניני רפואה, און צעלייגט זיי בטוב טעם ודעת כדרכו בקודש. אין דעם ספר געפינט איר ברייטע שמועסן איבער כל מיני שאלות בעניני רפואה, צווישן זיי: טעות הרופא, שמירת הלשון, גילוי מידע, השתדלות לטיפול הטוב ביותר, כשרות התרופות, שבת ויום טוב, תרומת ומכירת אברים, קביעת רגע המות, כבוד המת, קדימה בטיפול רפואי, חיי עולם נגד חיי שעה, רפואה חילופית (אלטערנאטיווע), טיפול במחלה סופנית, שוטה, מניעת הריון, הזרעה מלאכותית, יוחסין ואבהות, בריאות הנפש, חיוב הצלת בעלי עבירה, התאבדות, טיפול בגוים - דרכי שלום, ועוד הרבה.

דער ספר איז איינגעטיילט אין סימנים, און סימנים פאנגען זיך געווענליך אן מיט א מעשה וואס ברענגט ארויס א שאלה להלכה, און דערנאך די תשובה דערויף. צום ביישפיל, סימן כ"ב פאנגט זיך אן מיט א בריוו וואס א געוויסער דר. ב. מודן האט געשיקט:
    א מיידל האט ביי מיר באקומען מעדיצינישער באהאנדלונג, און זי האט באצאלט מיט א טשעק. די טשעק האט געקראכט אין באנק. איך האב מיך געוואנדן צו איר עטליכע מאל אז זי זאל באצאלן איר חוב, אבער זי האט זיך ארויסגעדרייט און זי האט נישט באצאלט. עס איז מיר איבערגעבליבן א ברירה אנצומאנען דעם חוב דורך איבערגעבן דעם ענין צו אן אדוואקאט. אבער איך בין געוואויר געווארן אז אינצווישן האט זי חתונה געהאט, און זי האט נישט דערציילט איר מאן איבער איר מחלה. אויב דער אדוואקאט וועט זיך מעלדן צו איר נייעם אדרעס, וועט איר מאן געוואויר ווערן פון איר מחלה, און עס וועט צעשטערן איר שלום-בית, און איך האב מורא אז זיי וועלן זיך צעטיילן.
דער דאקטאר פירט אויס: "מעג איך מיך ווענדן צו אן אדוואקאט, אדער אפשר איז כדאי אז איך זאל מוותר זיין אויף דעם חוב?"

הרב זילבערשטיין ענטפערט זיין תשובה אויף דער שאלה אז אין פאל פון א שווערער מחלה, וואו דער מאן וועט עווענטועל סיי-ווי געוואויר ווערן דערפון, איז נישט קיין פראבלעם אז ער זאל זיך פארבינדן מיט אן אדוואקאט. נאך א לענגערער דין-ודברים פירט דער רב אויס אז "יש מצוה... לא לתבוע את החוב, שהרי במקרים רבים ערעור השלום בית גובל קצת בפיקוח נפש."
בילד

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר