''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!

הודעהדורך כוכב » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:11 pm

הרב אלכסנדר זושא פרידמאן איז געווען א פוילישער איד, א תלמיד חכם, עסקן, בעל מחנך, שרייבער און דענקער, וועלכער איז ליידער אומגעקומען דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג, און ווערט הויפטזעכליך געדענקט א דאנק זיין פאפולערן קלאסישן ווערק "דער תורה קוואל" געשריבן אריגינעל אויף דער אידישער שפראך און איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף לשון הקודש אלס "מעיינה של תורה" וועלכער אנטהאלט א זאמלונג פון קורצע דברי תורה וחסידות אויף דער וואכנדיגער סדרה; א גאר פאפולערער ספר, א וואונדערבארער ארבעט, מיט א ציציענדע, לייכטע און שארפע שפראך, און א מוז-ארטיקל פאר מגידים און גוט-ווארט-זאגער.

נאך א ספר וואס באשיינט מיין ספרים שראנק און ווערט ערליך אויסגעשאקלט יעדן ערב פסח איז דער: "אוצר פנינים על התורה", א פינף בענדערדיגער סעט וואס ענטהאלט א זאמלונג פון פערל רייד אויף דער וואכנדיגער סדרה, אין דער אידישער שפראך, פארפאסט דורך דעם געניאלן שרייבער הרב יעקב משולם גרינפעלד, גרינדער פון "עטרת פאבלישיניג", און פארפאסער פון פילע ספרים.
גרינפעלד, איז באקאנט אלס איינער פון די שרייבער פונעם "ספר דברי יואל", אן אמט צו וועלכן ער איז דערוועלט געווארן נאך לענגערע זוכענישן פאר'ן פאסיגן שרייבער.
ווי די לעגנדע פארציילט, איז דער סאטמארער רבי געווען שטארק קלייבעריש ביים וועלן דעם פאסיגן שרייבער און האט לאנג געזוכט, ביז עס איז אים עווענטועל געפאלן דעם סגנון פון גרינפעלד, וועלכער האט געשפילט א באדייטנדע ראלע אין שרייבן דעם דברי יואל.

אבער איז דער אוצר פנינים טאקע אן אוצר פון פערל אדער ליבערשט פראסט און פשוט פלאגיאריזם אין אירע שענסטע פארבן?

א בליק אריין אין די צוויי אויבנדערמאנטע חיבורים האט צו מיין שוידער, שאק און אנטריסונג, באלד געצייגט אז דער בעל האוצר האט זיך מתעטף געווען אין א טלית שאינו שלו. רוב מנין ובנין פונעם אוצר איז פשוט קאפירט פונעם תורה קוואל, א גענוי קאפיע סיי פונעם תוכן און סיי פונעם אויסשטעל. צומאל פארגינט זיך דער מחבר ארויסצונעמען א טייטש וואס געפעלט אים נישט, אדער צולייגן אן עובדט'לע אדער געשיכטע'לע, און צומאל דאס אויך נישט.
דער ספר קומט באקרוינט מיט הסכמות פון אלע סאטמארער דיינים וועלכע שפארן נישט קיין לויב ווערטער פאר די באגריסנווערדע ארבעט דער בעל האוצר האט אהערגעשטעלט. ווי אויך קומט דער ספר באצירט מיט אן עטליכע בלעטערדיגע הקדמה. איראניש, אז דער מחבר האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם בירא דשתית מיני', און זיך באדאנקען פאר דעם תורה קוואל פון וואו ער האט גע'לקח'נט דאס רוב פון זיינע סחורה תחת עיני השמש, וועלכער האט אים איינגעשפארט סיי וועלכע פלאג, און סיי וועלכע געברויך פאר אריגינעליטעט.

בלייבט מיר נאר איבער צו שטוינען איבער דעם איגנאראנץ פון דעם מחבר: צי האט ער טאקע געקלערט אז דאס וועט קיינמאל נישט באמערקט ווערן, אדער איז פלאגיאריזם געווען ביי אים פאררעכנט אלס קנאפער פארברעך אז ס'זאל דארפן בכלל שפילן א פאקטאר? אזוי צי אזוי, האט דער מחבר געוויס פארזען איינס פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם: "והאומר דבר בשם אומרו".
זאלן מיינע רייד ברענגען א גאולה לעולם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:57 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:31 pm

אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:08 pm

אויב איז טאקע אזוי, איז דאס נישט בלויז גניבה, נאר טיפשות אין לשער. וואס גענוי אזא איינער קלערט איז שווער צו חשבונ'ען. ווי לאנג נעמט דען ביז א כוכב קומט ארויף אויף די שפירן?

דאכטצעך אז כ'האב אמאל געהערט פון ר' יצחק זלמן גיפס אז ער האט געטראפן א היינטיגער מחבר וואס האט מעתיק געוועהן ווארט ביי ווארט פון איינער פון די ראשונים. ער האט יענעם געשיקט א בריוו היתכן ער גנב'ט, האט יענער צוריק געענטפערט "ברוך שכוונתי", האט רב גיפס אים צוריק געשריבן "ארור שגזלת".

אזוי זעען מיר ליידער אויס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2348
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3754 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:14 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!

:like
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:34 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:02 pm

נו, @כוכב, מ'שטייט און מ'ווארט אויף א זייט-ביי-זייט אנאליז.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:48 pm

יישר כוח כוכב פאר'ן אריינשיקן.
טאקע א שאנדע זיך צו מתעטר זיין באיצטלא שאינה שלו. לאמיר האפן אז "עטרת" פובלישינג וועט פארעפנטליכן אן אנטשולדיגונג.
בייגעלייגטע פיילס
22.JPG
22.JPG (30.85 KiB) געזען געווארן 3482 מאל
23.JPG
23.JPG (26.69 KiB) געזען געווארן 3482 מאל
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:54 pm

דא זעט איר די דריי ערשטע תורות פון פר' וזאת הברכה, וועלכע לויפן אין אוצר אפילו אויף דער זעלבער רייע: צרור המור, תפארת שלמה, און אור צדיקים. ועל הכלל כולו יצא.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

אייוועלט:

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:58 pm

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 34#p944834
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:12 pm

כ'האב געבעטן כוכב אז ער זאל נאכקוקן צי גרינפעלד האט נאר פלאגיאירט דעם תוכן, אדער אויך דעם גענויען לשון. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען פון א פארגלייך אויף א רענדאם פרשה וואס כוכב האט געמאכט מיט "דער תורה קוואל" אויף היברו בוקס.

פנינים:
23.JPG
23.JPG (29.38 KiB) געזען געווארן 3429 מאל


קוואל:
22.JPG
22.JPG (21.65 KiB) געזען געווארן 3429 מאל


פנינים:
25.JPG
25.JPG (25.42 KiB) געזען געווארן 3429 מאל


קוואל:
24.JPG
24.JPG (25.48 KiB) געזען געווארן 3429 מאל
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:13 pm

פנינים:
27.JPG
27.JPG (39.58 KiB) געזען געווארן 3423 מאל


קוואל:
26.JPG
26.JPG (37.93 KiB) געזען געווארן 3423 מאל
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:13 pm

בלייבט איבער זיך צו ברעכן קאפ וואס אזא איינער האט געקלערט. וצע"ג.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2348
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3754 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:18 pm

Wow!!!
און דער בעל האוצר שרייבט גארנישט וועגן דער קוואל??
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:21 pm

דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:56 pm

גרינפעלד שרייבט גארנישט א קרעדיט אין די הקדמה? געב א קוק ביטע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:09 pm

אין זיין זעכצן בלעטערדיגער הקדמה האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען א פיפס איבער זיין סחורה געליפעראכטס פונעם קוואל.
ותימה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:12 pm

למעשה עפעס קרעדיט קומט זיך אים דאך פארן איבערטייפן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 775
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:13 pm

בשבילי! האט געשריבן:דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??

למאי נ'מ?
דער דיון דא איז נישט איבער גניבה אדער השגת גבול, נאר איבער פלאגיאריזם און זיך מתעטף זיין באיצטלא שאינו שלו.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:18 pm

זיי קענען מאנען געלט, סתם א באזונדער פראגע
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 am

היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=944834#p944834
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.

דאס איז אייראניק, ער ברענגט א נייעס איבער א שרייבער נישט געבען קרעדיט פארן ארגענעלער מחבר, און ער טוט ממש דאס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:06 am

דאס איז ווייל ווען ער האט יא אמאל געגעבן קרעדיט טאקע דער ציפקע האט מען אים שיעור געממיתט דארט.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:26 am

דער עיקר איז אז די אומפארשעמטע חברה פון עטרת זענען ביזי צו האקן אויף די 'נישט ריינע מסורה ' פונעם עוז והדר תרגום.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:54 am

א לייק פאר כוכב. גרויסע שכויח.

אונטרעסנט איז, אז און יענע אשכול האט איינער אראפגעריסען אלע חסידישע ספרים, אז דו בחינות און תורות זענען געגנבעט געווארן פון קדמונים וראשונים.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:18 pm

כוכב האט מיר צוגעשיקט אין אימעיל די בילדער, מיט דעם פאלגנדן צושריפט:

"אנהויב און סוף פון דער זעכצן זייטיגדיגער הקדמה וואו דער מחבר נעמט אן א בלעכענעם פנים."

66.JPG
66.JPG (40.25 KiB) געזען געווארן 3123 מאל

67.JPG
67.JPG (40.99 KiB) געזען געווארן 3123 מאל
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:41 pm

...און ער איז דער וואס סאטמאר רב האט גענומען צו שרייבען דעם 'דברי יואל'? הלא דבר הוא
דער רבי מיט זיין ליכטיגע אויגען...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2683
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1810 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט