בלאט 1 פון 1

גליונות לשבת קודש

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:08 pm
דורך דולה ומשקה
ב"ה מיין K-9 פילטער לאזט מיר אריין גיין צו דעם אלעם באקאנטן "לדעת", ווי איך פרינט ארויס די גליונות וואס איז קרוב למהות נפשי, פון וואס איך שעפ ידיעות, חידו"ת אין כאטש וואס.
לעצטנס איז געווארען א התרשלות מצד די ארויס געבערס, כאילו זיי האבען זיך פאראייניגט און זיך אפגעשמועסט אינאיינעם.
וואס מיין איך?
דעם שבת בלעטל (בעלזא)
עלים לתרופה
שערי מדע
דולה ומשקה (רבי אהרן קרויס)
ועוד

וואס זענען שוין נישט בנמצא אויף לדעת,
דער פאלטיטשאן גליון, היינט צו טאג באשטייט נאר פון דער 'דברות קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א', דער דיבור איז טאקע קודש, אבער פאר נאר די דיבור אליינס וואלט איך עס נישט ארויס געפרינט, עס דארף דאך אויך אביסל ליין מאנטריאל.

דער טאהש גליון קומט ארויס פרייטאג עטליכע שעה פארן זמן, ווען פאר מיר איז דאס שוין צו שפעט.

בזמן הקיץ וואס מיר פירען זיך כאבות אבותינו במנהגם הקדושים שמקורם מקור טהור צו פארן צו די 'בערג', נסיעה וטלטול ובהוצאה מרובה, כעין 'גלות ליידען' ווי חסידישע אידן פלעגן צו טוהן, מיר עכ"פ פרובירען נאך צו מאכען. עכ"פ היות כשיטת 'התניא' נישט ארויס צו פארן מערב שבת קודש מחצות ואילך, דעראיבער פאר איך שוין ארויס דאנערשטאג ביינאכט, ולכן קען איך נאר ארויס פרינטען די גליונות וואס זענען שוין גרייט ביז דאן, הלואי זאלען די מוציאים זיך אנשטרענגען (אויב מעג איך אזוי רעדען...) דאס ארויף צו לייגען אויף לדעת שוין פון דאנערשטאג. אויב מעגליך.