אין די לעצטע טעג איז ארויסגעקומען א הערליך אילוסטרירטע ביכל אין ענגליש מיט'ן נאמען "הרב אביגדור מיללער און די עפל קערל". ווי באקאנט האט מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל געלעבט בחוש מיט'ן חובת הלבבות, בפרט מיט'ן שער הבחינה, און האט אין יעדע זאך געזעהן בחוש דעם נפלאות הבורא און יד ה'. ער האט אסאך מאל גערעדט פון דעם וואונדערליכן פיצעלן קערל וואס ליגט אין פרוכט וואס איז ווי א פאבריק צו פראדוצירן הערליכע און נארהאפטיגע פרוכט. און אלעס ליגט אריינגעפאקט אין אזא קליינע קערל ברוב חכמתו יתברך.
דא איז א שיינע ווידיאו ווי מ'זעהט אביסל פון ר' אביגדור'ס א שמועס איבער דעם.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gx_NgHIBRt4[/youtube]
יעצט איז ארויסגעקומען א הערליך ביכל אין די פארמאט פון א טאטע א תלמיד פון ר' אביגדור ווי ער זאגט איבער פאר זיין זוהן די שמועסן פון ר' אביגדור איבער די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט אין איין קליינעם קערענדל.
פאלגענד זענען עטליכע עמודים פון דעם בוך
נייע הערליכע בוך: רבי אביגדור מיללער און די עפל קערל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 574
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
- האט שוין געלייקט: 518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל
נייע הערליכע בוך: רבי אביגדור מיללער און די עפל קערל
- בייגעלייגטע פיילס
-
- 1.jpg (458.21 KiB) געזען געווארן 1782 מאל
-
- 2.jpg (429.95 KiB) געזען געווארן 1782 מאל
-
- 3.jpg (334.82 KiB) געזען געווארן 1782 מאל
-
- 4.jpg (349.8 KiB) געזען געווארן 1782 מאל
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.
--שיטה מקובצת
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.
--שיטה מקובצת
דער אשכול פארמאגט 5 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן