החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 455 מאל

החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים

שליחה דורך איש את רעהו »

החסידות על העליונה= דידן נצח

א נייער חיבור וואס באשרייבט איבער די פולמוס וואס איז אנגעגאנגען יארן צווישן די חסידים ומנגדים איז נארוואס ארויס פון דרוק
ווי באקאנט איז יארן לאנג ארומגעגאגען לעגענדעס און טעאריעס ביי די מנגדים אז די חסידים זענען עפעס א נייע באוועגונג וואס זענען חלילה א סכנה פארן יהדות הנאמנה וואס דאס יהדות קען חלילה ליידן גרויסע שאדענס ברוחניות פון די כת החסידים, היינט איז נאך אויך דא א מיעוטא דמיעוטא וואס גייען מיט יענע לעגענדעס דא אינעם שטיבל דרייט זיך אויך אזוינע
דער חיבור ''החסידות על העליונה'' ברענגט פילע ציטאטען פון גרויסע לייט און עובדות ווי מען זעט דעם ענדע אז לבסוף פון די גאנצע פולמוס צווישן חסידים ומנגדים האט זיך אויסגעלאזט א זייפען בלאז און די אלע עלילות שוא וואס מען האט מעליל געווען אויף די חסידישע ציבור זענען שוין היינט אפגעפרעגט ביי אלעמען
עס איז כדאי עס צו ליינען דעם חיבור בפרט די מאמרים פון די גדולי ליטא וואס האבן אין די שפעטערע יארן געזאגט להדיא אז אסאך מקומות ביי אידן וואלט דאס אידישקייט נישט געהאלטן ווען נישט די כת החסידים וואס האבן מיט זייער אידישע כח געראטעוועט דעם מצב

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] עס וואלט כדאי געווען צו הערן דיינע תגובות והערות אויף דעם חיבור

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר