חרדי׳שע צענזור

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

חרדי׳שע צענזור

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יוני 20, 2012 5:47 am

אמאל האבן אידן געליטן פון א צענזור וואס איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף זיי דורך דער קריסטליכער הערשאפט; היינט זענען עס די חרדישע אידן וועלכע האבן מורא פון געדרוקטן ווארט. עס זענען פאראן הונדערטער פעלער ווי חרדי׳שע ביכער און ספרים האבן צענזורירט און פארדרייט פאקטן ווייל פובליצירן די אינפארמאציע איז נישט געווען פאר דער טובה פון דער חרדי׳שער אגענדע. פראפעסאר מארק שפירא האלט אינמיטן שרייבן א בוך אויף דער סוגיא.

לאמיר דא אנפאנגען מיט א שטיקעלע צענזור וואס איז דערמאנט געווארן דורך דעם חכם וסופר ש. פון דעם בלאג ״אן דה מעין ליין״. ש. ברענגט א קאפיע פון א זייט פון דער ענגלישער איבערזעצונג פון הרב יונה לאנדא׳ס בוך ״דער רב הכולל און זיין תקופה״, אויף הג״ר יעקב יוסף ז״ל, רב הכולל ניו יארק. דארטן ברענגט הרב לאנדא א בריוו וואס דער רב הכולל האט געשריבן צו ״א רב״, אבער די אידענטיטעט פון דעם ״רב״ איז פארמעקט. ש. דעקט אויף אז דער ״רב״ איז נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער משכיל ר׳ שמואל יוסף פין, וועמען דער רב הכולל באטיטלט ״ידידי ואהובי הרב הג׳ בתורה וחכמה, זקן בית וילנא, כת״ר שמואל יוסף פין שיחי׳ לברכה.״

בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך יוני 20, 2012 6:55 am

איך מיין סע שוין געווען אמאל א אשכול וועגן חרדישע צענזור.

דא אויף די וועב האמער אויך א צענזור ביי פארשידענע פורומס...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך יוני 20, 2012 6:58 am

פארוואס האט לאנדא געדארפט מעקען יענעמס נאמען?

ער האט געקענט עס פארענפערן אז זיכער האט די רב הכולל נישט געוויסט וואס יענער רב איז. אדער איז געווען שטארק מפורסם אז ער איז א משכיל?

וואס איז די תוכן פון בריוו? אפשר האט ער געדארפט א טובה פונעם משכיל?

מיטן מעקען האט לאנדא געמאכט מער שאדן, אויזער אויב ער איז געווען זעכער אז נאר ער האט די בריוו אדער איז נאכנישט געוועען קיים אינטערנעט בשעת ארויסגעבען די בוך.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יוני 22, 2012 9:06 am

קוק אביסל אין וויקיפעדיע'ס ערך אויף שמואל יוסף פין וועסטו פארשטיןן פארוואס הרב לאנדא האט עס געמעקט.
די טעאריע אז דער רב הכולל האט נישט געוויסט ווער ש"י פין איז, איז שטארק נישט מסתבר, נעמענדיג אין באטראכט אז דער רב הכולל רופט אים אן מיט אזעלכע ווארעמע טיטלן. אט איז דער אריגענעלר דפוס פונעם בריוו, וועלכע הרב לאנדא האט איבערקאפירט אין זיין בוך:
בילד
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4161 מאל

איבער דעם ענין פון היימישע צענזור

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 22, 2012 11:12 pm

ידען האט געשריבן:פארוואס האט לאנדא געדארפט מעקען יענעמס נאמען?

ער האט געקענט עס פארענפערן אז זיכער האט די רב הכולל נישט געוויסט וואס יענער רב איז. אדער איז געווען שטארק מפורסם אז ער איז א משכיל?

וואס איז די תוכן פון בריוו? אפשר האט ער געדארפט א טובה פונעם משכיל?

מיטן מעקען האט לאנדא געמאכט מער שאדן, אויזער אויב ער איז געווען זעכער אז נאר ער האט די בריוו אדער איז נאכנישט געוועען קיים אינטערנעט בשעת ארויסגעבען די בוך.

מיר זענען אויפגעוואקסן מיט די מיינונג אז הרב אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען דאס ערגסטע. מיט דריי אותיות נאך זיין נאמען (וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן). האב איך אמאל געזעהן אין א ספר וואס ברענגט אראפ מכתבים פון גדולי הרבנים פאר די צווייטע וועלט מלחמה. דארט שרייבט ר' חיים עוזר גראדז'ענסקי, ראב"ד פון ווילנא עטליכע בריוון צו הרב קוק און ער באטיטלט אים מיט די :roll: שענסטע טיטלען. האב איך געפרעגט א קשיא. היתכן?? אויב ער איז געווען אלעס וואס מען האט געזאגט אויף איהם. דער (דוחק) תירוץ איז געווען אז רח"ע האט נישט געוואוסט זיין אמת'דיגן מהות. אבער ווי מען זאגט אויף ענגליש: That doesn't wash. נאר דא ליגט עפעס אנדערש.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך טייערע ברודער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:44 am

ס'איז כמעט נישט ארויס קיין ספר בשעתו וואס האט נישט דער הסכמה פון הרב קוק. אלע גדולי ישראל וואס האבען איהם געקענט פערזענליך האבען געהאלטען פון איהם עולמות ומלואו.
היינט זוכט מען איהם אוועק צו שטופען.
ס'איז דא א בוך וואס רעד באריכות אויף דער נושא. ס'איז אין ענגליש אבער נפלא מאוד ווי אזוי מ'איז מצנזר וואס ס'געפעלט נישט.
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... utble.html
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 3:46 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:33 pm

אין לעיקוואוד האט יעדער ספר א הסכמה פון ר' מלכיאל קוטלר. פארוואס? ווייל מר ברקוביץ וואס גיבט אסאך געלט פאר ספרים, שטעלט א תנאי אז מ'דארף האבען א הסכמה פון ר"י לעיקוואוד.
הרב קוק האט געפיהרט אסאך געלט קוואלען בשעתו. ווער ווייסט וואס א הסכמה האט אלס געמיינט?
זיין גדלות קען מען זע'ען אין זיין ספרים אויף נגלה, אבער זיין הסכמות זענען קיין ראיה נישט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך טייערע ברודער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:36 pm

איך האב נישט געברענגט הסכמות אלץ א ראיה צו זיין גדלות, נאר א ראיה אז מ'האט געהאלטען פון איהם. אבער דו זאגסט א דעס איז אויך נישט קיין ראיה.
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 3:46 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט