יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 3:32 pm

ר' יוסף יצחק, דער זעקסטער חב"ד - ליובאוויטש רבי, האט געהאט א "האבבי", ער האט ליב געהאט שרייבן. דאס האט ביי עם פארנומען א גרויסן ארט אין לעבן. ער האט ליב געהאט שרייבן וואס ס'זאל ניט זיין, צי דאס איז א בריוו וואו ער ווערט פארוואנדלט אין לאנגע מליצות, אדער אראפשרייבן זיינע שמועסן להתעוררות אויף תורה און יראת שמים בהוספת נופך, אדער ביים ארויפלייגען על הכתב זיינע זכרונות מימי קדם פון שטעטל, פון טאטן, פון מלמד (בעיקר וועגן דעם וועלן מיר זיך דא אפשטעלן ). ער האט שטארק געהאלטן פונ'ם ווארט וקנה (קו"ף קמוצה, נו"ן סגולה) - לך חבר.

שוין יונגערהייט האט זיין טאטע אים אריינגעשלעפט אין עסקנות לטובת הכלל, ארבעטן אין ישיבה, פירן חשבונות, קלייבן די געלט, און ער האט אין דעם געטאן מיט א איבערגעגעבנקייט, ניט זוכנדיק טובת עצמו. אין זיינע רשימות קלאגט ער מיט ביטערע טרערן אז די כלל ארגעט לאזט אים ניט רוען, לאזט אים טאן אין לערנען כדבעי - "מתי יעשה גם אני לביתי?!". ער סטראשעט שוין אלץ אפלאזן און טראכטן אביסל וועגן זיך. אויך אין שפעטערדיקע תקופות אין זיין לעבן געפינט מען אזוינע סארט רשימות, אוואדאי איז דאס ווייל די שרייבען ביי עם איז געווען א מין נפש-געזאנג, א ארט וואו 'לשפוך את צקון לחשו', וואו צו זיך טרייסטן, זיך שאטרקן, אן קיין פראקטישן כוונה (איך האף צוריק קומען צו דער נקודה).

מ'איז געווארן carried away , די ציל דא איז ניט צו פאנאנדערנעמען די פסיכאלאגישער טייל, סיי פון די עצם שרייבן און סיי פון די "שינויים", נאר צו מברר זיין וויפל איז דאס אמת און וויפל איז דאס דער ארבעט פון דער 'חוש הציור', א מעלה וואס ריי"ץ איז אזוי שאטרק מפליא (אויף ז'ארגאן מיינט דאס 'פאנטאזיעס').

דער נקודה כשלעצמה, אז זיינע מעשיות זיינען ניט היסטאריש, איז גאנץ באוואוסט. ובמילא דער וואס איז אינטערעסירט אין דעם נאר באופן כללי וועט דער אשכול אים כמעט גארניט צוגעבן. דא זוכט מען דאס אויפווייזן מיט ראיות, און ווי אין דער קעפל - אויף ווי פיל?. נוצנדיק מיט ראיות פונ'ם צורת הכתב און דער סגנון קען אסאך אנטפלעקן.

אויך וויל איך ארום ריידן פארשידענע שאלות ווי וואס האט ער אליין געהאלטן וועגןן דעם? האט ער געוואלט מ'זאל אויף דעם קוקן ווי פאקטן? האט ער פארגעשטעלט אז מ'וועט דאס איין טאג דרוקען?

כולי תקוה אז דער עולם וועט הנאה האבן און משתתף זיין.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך יולי 29, 2015 4:01 pm

כאטש עס איז שווער צו גלייבן אז די מעשיות פון די פריערדיגע רבי זענען פונקט אזוי ווי ער האט עס געשריבן, איז וויכטיג צו באטאנען עטליכע נקודות.

דער רבי זי"ע האט געהאלטן (ער האט עס געזאגט גאר אסאך מאל און אזוי אויך געשריבן אין בריוון כמה פעמים) אז די מעשיות פון די שווער זענען מדוייק. דער רבי זי"ע האט געבויט גאנצע חידושים און מדייק געווען אויף יעדער פרט פון די סיפורים פון די שווער.

אפילו אויב די פרטי הסיפור איז נישט אזוי געווען, איז על פי רוב די תוכן הסיפור יא אמת.

די פריערדיגע רבי האט געהאט א געוואלדיגע חוש הציור. ער האט זיך מצייר געווען אויף געוועסע סיפורים אלע פרטים, און ביי אים אין קאפ איז אזוי געווען די סיפור.

אפילו אי נימא אז די סיפור איז נישט אזוי געווען, מוז נישט זיין אז ער איז דער בעקער, און עס קען זיין דער וואס פון אים האט ער עס געהערט, איז געווען די בעקער.

דאס איז זיכער אז פון דעם אז ער האט פארציילט די סיפור, איז מוכרח אז ער האט געהאלטן אז עס איז דא תועלת פון דעם אז אנדערע וועלן וויסן און לערנען די סיפור- סיי אויב עס איז אמת און סיי אויב עס איז נישט.


למעשה האלט איך אז עס איז יא א תועלת צו מברר זיין יעדער מעשה פון אים און פון וואס אנדערע האבן פארציילט, און זעהן אויב די מעשה איז מקורות'דיג אדער נישט. דאכט זיך אז הרב יהושע מונדשיין בעל מחבר סיפורים וגלגוליהם האט עטליכע מאמרים אויף דעם נושא. אויב איינער קען ברענגן א לינק צו דעם תבא עליו ברכה.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך חקרן » מיטוואך יולי 29, 2015 4:55 pm

דער ריי"ץ מליובאוויטש האט געהאט א רייכן פעדער און א חוש הציור, אזוי ווי ערווענט און ער איז אויך געווען א צובראכענער מענטש. ער האט איבערגעלאזט אין רוסלאנד א וועלט פון חסידים מיט פיל פעולות. ער האט דעריבער גענוצט זיין פעדער זיך צו בארואיגן אין זיינע שווערע מאמענטן און ער האט געשריבן מיט אן אייגן דמיון און ציור, אריינברענגענדיג גלייכצייטיג אמונה אין חסידות אין יונגע ליינער.

די שאלה, צי ער איז זעלבסט געווען דער בעקער אדער א צווייטער: ער האט געשריבן זאכן מיט פונקטליכע דאטומען, פונקטליכע נעמען, איבערגעשריבן דרשות און תורות פון מענטשן (לאו-דוקא רבי'ס - טיילמאל מתנגדים), עס איז צו פונקטליך צו זאגן אז ער האט דאס בלויז איבערגעזאגט, עס קוקט אויס ווי זיינע אייגענע זאכן.

אגב, אלע נעמען וואס ווערן דארט דערמאנט, זענען צוזאמענגעשטעלט פון צוויי נעמען, און דרך כלל נעמען וואס פארט זיך געווענליך נישט אינאיינעם, למשל אליעזר שמערל, אדער מענדל ראובן וכדו'.

נאך א חידוש האב איך באמערקט: עס איז אנגענומען אין די וועלט, אז צווישן אלימלך פון רות מיטן רבי'ן ר' אלימלך, איז נישט געווען קיין אלימלך (כבר דנו בו רבים אז צווישן די תשובות הגאונים איז פאראן אן אלימלך, ווי אויך נאך געציילטע מאל). צווישן די זכרונות האבן מיר געפינען אן 'אלימלך', איך געדענק נאר נישט פונקטליך די מראה מקום דערפון.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 5:08 pm

ראש ישיבה, פונקט די נקודות האב איך געוואלט ארומריידן.


פאר די וואס קענען ניט די נושא פון דער נאענט, וועל איך דא צושטעלן אפאר לינקס וואו מ'קען ליינען די
פארשידענע מעשיות, און זאל מען אליין מחליט זיין צי האט ער דאס געהערט און פשוט תמימות'דיק איבערגע'חזר'ט, אדער איז ער אליין דער 'בעקער'.

דא קען מען לייענען א רשימה וועגן דער מלחמה וואס דער צמח צלק האט געפירט קעגן די השכלה און איר פירער לילינטעל . דער קונטרס האט ער אליין גידרוקט, דער מיוחד אין דערויף אז עס האט הערות ספרי היסטוריה און מסמכים, א דבר חידוש. איבער די פונקטליכע פרטים פון דער מעשה איש וועלן מיר אפשר צוריק קומען שפעטער. בינתיים איז דא א ארטיקל פון א איד ישראל ברטל, וואו ער וויסט אויף פון וואנען ריי"ץ האט גענומען זיין אימפאראמיע. ס'דא אויך א קונטרס פון איליה לוריא - עדה ומדינה (מומלץ!).

וואס איך וויל דא באווייזן איז פון דער 'רשימת שמון הכופר' (זע דא), וואו ער שרייבט א וואונגדערליכע מעשה מיטן אלטן רבי'ן, דער זיידע פון צ"צ, און ווי אנדערש, דער זיידע פון לילינטעל. דער המשך המעשה איז פונטקליך דער זעלבער, דער שפיאן, דער קומען ביים רבי'ן אין הויף וכו'. איבעריק צו זאגן אז אויב ביים ערשטן מעשה זענען די אישים ומאורעות באשטעטיקט ממקום אחר (כאטש געביטן כרצונו כנ"ל) איז דער צווייטער כולו דברי נביאות. 'שמעון הכופר' האט א ספעציעלער חשיבות וויל דאס רעדט שלעכטס אויפן גר"א כידוע. (ס'אפשר כדאי צו נאטן, אז רישמת שמעון הכופר האט ער ניט אליין געדרוקט, און אפשר נאכן דרוקן דער 'אדמו"ר הצ"צ' וואלט ער דאס גונז געווען צוליב דער ליצנות שבדבר).

דא האט איר א מעשה פון שמח"ת תש"ד, און זעט ווי ער האט דאס געשריבן מיט יארן פריער אין לקוטי דיבורים דא (דער וואס קען מיר מסביר זיין הע' 28 מובילא מאניה בתרא לבי מסותא).
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 5:18 pm

איך האב געוואלט מגיב זיין אבער חקרן ע"ה האט מיר אויסגעכאפט און שיין אויסגעשמועסט
איך וועל נאר איבערגיין אין קורצן
עס איז קלאר אז מעשות אזוי לפרטי פרטים איז נישט מדיוק בלשון המעטה
עס דערמאנט מיר פון סובוטה וואס ער שרייבט פון זיכרון ממש קליינע פרטים יארן שפעטער פון זכרון אוודאי די יסוד דארט איז אמת אבער די פרטים.....
איך האב אויך געהערט די צוויי געדאנקען אז ער האט געשריבען זיך צו,האלטען פריש אין תפיסה און אז ער האט עס געטוהן פאר די יונגווארג
אגב די מאדנע חידושים פין דער לעצטע רבי וואלט נישט געהאט קיין קיום אהן די יסודות פון זיין שווער מיט משיחיזים און די דימיונות
I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » מיטוואך יולי 29, 2015 5:29 pm

מונדשיין שרייבט, אז דער רבי האט געהאלטן אז זיין שווער איז משיח און בחייו איז דאס געווען ביי אים א דבר פשוט.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 5:30 pm

איך וועל בעטן אז מ'זאל ניט רוקן דער אשכול צו דער איידעם.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: יבול הספרותי של אדמו"ר ריי"ץ מליובאוויטש: אינגאנצן פאלש?

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 5:37 pm

רוסישער האט געשריבן:איך וועל בעטן אז מ'זאל ניט רוקן דער אשכול צו דער איידעם.

ריכטיג איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז ער איז געווען אן אינטערסאנטער מענטש חוץ פון די מעשות
פארשטייט זיך אז עס מאכט נישט אוועק זיין געוואלדיגע מסירות נפש און רוסלאנד,און חסד אין אמעריקא

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 6:57 pm

וואס איך וויל דא באווייזן איז פון דער 'רשימת שמון הכופר' (זע דא), וואו ער שרייבט א וואונגדערליכע מעשה מיטן אלטן רבי'ן, דער זיידע פון צ"צ, און ווי אנדערש, דער זיידע פון לילינטעל. דער המשך המעשה איז פונטקליך דער זעלבער, דער שפיאן, דער קומען ביים רבי'ן אין הויף וכו'. איבעריק צו זאגן אז אויב ביים ערשטן מעשה זענען די אישים ומאורעות באשטעטיקט ממקום אחר (כאטש געביטן כרצונו כנ"ל) איז דער צווייטער כולו דברי נביאות. 'שמעון הכופר' האט א ספעציעלער חשיבות וויל דאס רעדט שלעכטס אויפן גר"א כידוע. (ס'אפשר כדאי צו נאטן, אז רישמת שמעון הכופר האט ער ניט אליין געדרוקט, און אפשר נאכן דרוקן דער 'אדמו"ר הצ"צ' וואלט ער דאס גונז געווען צוליב דער ליצנות שבדבר).

כפארשטיי נישט די פירוש המלות פון דעם פערעגראף בבקשה @רוסישער
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 6:58 pm

מ'האלט אין איין טענה'ן אז דער יסוד פון די מעשיות איז בקבלה און ניט סתם אין די לופטן, און גראדע פונקט צוליב דעם האב איך געעפנט די אשכול. וויבאלד אז ס'איז אזוי 'פשוט' אז זיינע שרייבונגען זיינען 'פיקשען' איז קיינער זיך ניט מטריח צו ווייזען קלאר, באופן שיטתי, אז ס'איז ניט ממש היסארטיש. אפילו אין די בפרים פון חכמי האקדמיה באגנוגנט מען זיך מיט א כללות'דיקער הערה אז ער איז ניט קיין בר סמכא (אויב עמיצער וויל פונקטליכער מראה מקומות קען איך געבן). דאס לאזט אך ארט פאר מענטשן ( ווי ראש ישיבה) צו אפמאכן במחי יד אז דאס איז נאר די פרטים, דאס וויל איך טאן דא מיט די הילף פון די חברים, צו געבן לינקס צו די שיחות וואו מ'זעט אז ס'זיין אויפטו.

ווי איך האב געשריבן פריער און בהמשך לדברי חקרן, דא האט איר שטיקל יומן זיינער פון תש"ה, גענומען פון מבית הגנזים עמ' נ"ז (זעט די הע' דארט):

בכל שנה ושנה ביום הולדת אחת מבנותיי מרת חנה תי' מרת חי' מושקא תי' מרת שיינא תי', רגיל הנני לקבוע שעה ארוכה להזכר את דבר היום הבהיר ההוא בכל פרטי עניניו כמו שהי' ביום ההוא, והנני משתדל בכל מיני השתדלות מבלי להעביר גם על שרטוט היותר קל של היום ההוא והנני מייגע כח זכרוני וכח ההצטיירות לזכור ולצייר כל הפרטי פרטים כתבניתן בצלמם ובדמותם עד אשר דבר המחזה נצב לנגד עיני בהוה.
הזמן הכי מסוגל לזכרון זה הוא בלילה קודם השינה אשר על הרוב הנה שקט בבית ומבלי הפרעה ממי שהוא יכולים להתעמק בזכרונות ימי קדם ולצייר את המחזה באשר הוא.
בליל שבת קודש שמות בשנת תרס"ד בשעה אחד עשר לילה ישבה רעייתי הרבנית מרת נחמה דינה שליט"א על המשבר, ובשעה שתים עשרה לילה הולידה למזל טוב את בתינו מרת שיינא תי'. במשך כשלשה שעות התעמקתי בזכרוני והכל כמו חי נצב לנגד עיני. ועתה רק השי"ת יודע אי' איפוא היא ובעלה חתני היקר מו"ה מנחם מענדל בן דודתי חי' מושקע תי', ובדמעתי ערסי . אמסה, ועיני תלויות למרום אנא ה' שמרם וכלכלם בין שארי אחב"י יחיו


ווייזט אויס אז בערך דער זעלבער מאטיוו איז געווען הינטער דעם שרייבן.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 7:29 pm

@ירא שמים, איך רעד קעגן די טענה אז די אי דיוקים באשטייען נאר אין פרטים, אבער די עצם מעשה איז אמת ווי ער האט דאס געהערט. אויף דעם זאג איך אז רשימת שמעון הכופר איז גענומען א מעשה שהיה (פחות יותר כנ"ל) מיט דעם צמח צדק, און דאס איבערגעפירט קיין דער בעל התניא, דער 'פלאט' איז פומקט דער זעלבער. קלערער?

ספר השיחות תש"א עמ' 92:

די הדרכה וואס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האט מיר פון די קינדער יאהר מדריך געווען מיס פערשידענע סיפורים און אויספירליכע ערקלעהרונגען האט בא מיר געשאפן א ציור פארשטעלונג אין די דערציילונגען. אפט מטל האט מיין פאנטאזיע געשאפן פאסענדע פארשטעלונגען צו די סיפורים, וואס די ציורים האבן זיך איינגעקריצט אין א לעבעדיגע תמונה אין מיין זכרון און די תמונות חיות בין איך זיי מתאר אין די שיחות און אין די רשימות השיחות

זעט מען אז ער אליין האט ניט געוואלט מ'זאל זיך אנכאפן אין די פרטים.

ווי האבן עלטערע חסידים, וואס האבן זיך געהאדעוועט אויף די מקובל'דיקע מעשיות, זיך באצויגן צו די נייע ליניע פון היסטאריע? איך ווייס ניט נאר, איין זאך האב איך געזען. אין לשמע אוזן עמ' (פון רש"ז דוכמאן) שרייבט ער אזוי (קנ"ב):

שמעתי מאחד אז אדמו"ר הריי"צ זי"ע דערציילט, אז אביו אדמו"ר זי"ע האט אים דערציילט אז ער איז געווען על אוהל אביו אדמו"ר מהר"ש זי"ע ערב ר"ה תרע"ג און הטה געזאגט אז ער האט אלע מאל געהארוועט אין חסידות גופא, ניט אין דעם ארום פון חסידות, על כן גיב מיר די שלימות. האט אויסגעלאזן אדמו"ר (הריי"צ) זי"ע: פון דעמאלט אן האב איך אנגהויבן הערן פון טאטן א ריבוי סיפורים און האב ביי אים ניט געפרעגט וואו ער האט דאס געהערט.

ודו"ק.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:54 pm

באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט