דברות משה, רבי משה פיינשטיין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 06, 2012 5:15 pm

מארגען תענית אסתר פאלט אויד די יארצייט פון הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה פיינשטיין זצ"ל, פאר אלעם באקאנט מיט זיין גרויסע חיבר שאלות ותשובות אגרות משה ט' כרכים.
אבער וואס ווייניגע מענטשען נוצען איז זיינע ספרים דברות משה אויף ש"ס, וואס ער האט דארט אריין געלייגט זיין כח התורה גארנישט ווייניגער ווי ביי זיינע תשובות, דער איינציגסטער הסבר מסתמא איז די אריכות הדברים, אבער דאך אז מ'לערנט אדורך איין סוגיא איז דאס זייער געשמאק מיט גאהר חריפות'דיגע רעיונות.
אויך איז דא דער דרש משה על התורה, אבער דאס איז מאיזה סיבה זייער שווער געשריבען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

Re: דברות משה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 06, 2012 5:27 pm

אלץ בחור אין ישיבה האב איך פרובירט צו לערנען אין דברות משה אויף קידושין. איך געדענק אז דעמאלטס האב איך מחליט געווען אז די סיבה פארוואס עס איז נישט אויפגעכאפט איז ווי פאלגנד: דער ספר האט נישט דעם ישיבישען דרך הלימוד (ע"ד הגר"ח מבריסק), נישט דעם אנוגארישן דרך החידוש (ע"ד החת"ס), נישט דעם פולישן דרך הפלפול (דוגמת ר' מאיר אריק אדער ר' יוסף ענגיל), וכו'. עס איז עפעס א מיזוג פון דעם אלטן ליטווישן דרך הלימוד (ע"ד הגר"א, ר' חיים וואלאזשענער, החזו"א) און דעם זייער אריגענאלעם דרך הפסק פון ר' משה. איך געדענק אז איך האב צוגעזאגט פאר א פאר פון מיינע חבירים געלט אויב איינער קען דורך לערנען א גאנצן סימן און עס מיר איבערזאגן. קיינער האט נישט מצליח געווען..
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

Re: דברות משה

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג מערץ 06, 2012 5:32 pm

מיר דוכט זיך אז איך האב אמאל געזען ערגעצוואו אז ר' משה ז"ל אליין האט מער געהאלטן פון זיינע ספרים על הש"ס ווי זיין שו"ת.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

Re: דברות משה

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 06, 2012 5:49 pm

יאנקל האט געשריבן:מיר דוכט זיך אז איך האב אמאל געזען ערגעצוואו אז ר' משה ז"ל אליין האט מער געהאלטן פון זיינע ספרים על הש"ס ווי זיין שו"ת.


יאפ, שמעתי גם כן ס'האט איהם גע'באדערט פארוואס ס'נישט געווארען אויף געכאפט.

אני הקטן לערען פון צייט צו צייט זינע ספרים אויף ש"ס, אין איך האב דאס גראדע יא ליעב, גערעכט כ'קען נישט נאך זאגען א גאנצע סימן נאכען לערנען, אבער איך קען נאך זאגען זיין חידוש זיין אויפטוה וכדומה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

Re: דברות משה

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 06, 2012 6:52 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:מיר דוכט זיך אז איך האב אמאל געזען ערגעצוואו אז ר' משה ז"ל אליין האט מער געהאלטן פון זיינע ספרים על הש"ס ווי זיין שו"ת.


יאפ, שמעתי גם כן ס'האט איהם גע'באדערט פארוואס ס'נישט געווארען אויף געכאפט.

אני הקטן לערען פון צייט צו צייט זינע ספרים אויף ש"ס, אין איך האב דאס גראדע יא ליעב, גערעכט כ'קען נישט נאך זאגען א גאנצע סימן נאכען לערנען, אבער איך קען נאך זאגען זיין חידוש זיין אויפטוה וכדומה.

למעשה זענען זיינע חידושין אין די תשובות פיל שענערע, און איך וואלט אויך געזאגט "עלעגאנטער". די הסבר קען אפשר זיין ווייל ביים פסקענען הלכות איז דא א באזונדערע סיעתא דשמיא.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

Re: דברות משה

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 07, 2012 12:50 am

כ'מיין די סיבה איז גאר א אנדערע, נעם צום ביישפיל א ספר שבט הלוי על התורה אדער באר משה עה"ת, וועט עס זיך דען פארקויפען, לכאורה זייער שווער, פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט געוועהן זייער פעלד, זייערע הלכה ספרים עט מען קויפען. לדוגמא דעם מרפא לנפש עה"ת פון פריימאן'ער רב אדער מנחת יצחק עה"ת פין ירושלים'ער רב וויפיל אידען קוקען דארט אריין. וד"ל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 07, 2012 2:11 am

יא, דולה האסט א נקודה. לגבי הרב וואזנער איז אביסעלע אנדערש, ווייל רב וואזנער האט שוין היינט אזוינע "סעמי חסידים" וואס קויפן זיינע ספרים עה"ת. דהיינו, נישט אזוינע וואז זענען אים מקבל אלץ פוסק נאר אלץ כמו-רבי.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך איש האמת » מיטוואך מערץ 07, 2012 1:02 pm

כידוע איז אמאל הגאון רבי משה זצ"ל אריינגעקומען און ביהמ"ד מיט א קליינע באטל שנאפס
און א קליינע גלעזעל, און געווינטשען לחיים פארן עולם, און ווען מ'האט אים געפרעגט מאי האי?
האט ער גע'ענט'פערט, אז ער האט יעצט גע'ענדיגט ש"ס צום צוויי הונדערטער מאל, הלא דבר הוא
ממילא נישט קיין קשיא אויף זיינע עמקות'דיגע חיבורים דברות משה על סוגיית הש"ס
איש האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:56 am

און וויאזוי האט רבי משה אזוי מצליח געווען מיט זיינע תשובות?
פאלגנד איז וואס זיין איידעם הרב דר. משה דוד טענדלער זאגט:

My shver was uniquely sensitive to society. Despite what they write in all the books about him, my shver never failed to read the Yiddish newspaper – either the Tog in the early years or the Morgn-Zhurnal later on – cover-to-cover every single day. People publish that he would walk down the street and avert his eyes when he passed by newspaper stands. There are a thousand talmidim of his who will testify, “I bought the paper and handed it to him in the lunchroom in the yeshivah,” but it does not make a difference for some people – they do not want to hear that. Even when he was not well and the doctor insisted that he must lie down to sleep for an hour, he would go home, put on a bathrobe, and smuggle a newspaper into the bedroom so that his wife would not see it. He sat there reading the whole time, rather than sleeping. I used to ask him, “Why do you read this chazeray (junk)?” He would respond to me, “Dos iz mayn vinde” – this is my window [to the world]. He understood society and his piskei Halachah show that. He used to say, “People think that because I’m aware of society, I became a meikel (lenient decisor). What do they want me to do – paskn incorrectly? I’m not a meikel – I paskn the way it has to be. The Halachah takes into account societal factors.” This willingness to be exposed to society made his teshuvos more meaningful and more acceptable.
His success as a posek, I think, also stems from how hard he worked on every teshuvah. He first wrote a given teshuvah on a piece of stationery, then recorded it in a composition notebook, then copied it into a big ledger, and finally reviewed it and sent it in for publication with notes and additions in the margins. His hard work paid off. During the last months of his life, he said to me, “Baruch Hashem, I’ve never had to retract a teshuvah.” He did a better job than most in that respect.
http://www.kolhamevaser.com/2010/08/an- ... d-tendler/
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג מערץ 08, 2012 12:02 pm

דברות משה איז גאוניש, אבער מען מוז האבן אסאך געדולד..אגרות משה איז סאך מער צו די פוינט ווי רוב תשובה ספרים, און ער נוצט דארט אסאך מער לאגיק און סברה ווי רוב פוסקים דאס איז די פראקטישע סיבה, אויסער דעם האט אגרות משה באקומען פובליסטי אויף די זעלבע וועג ווי להבדיל דער שטערן באקומט יעצט ווען די כמו איבראן-סערדעהאל רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט במותב תלתא מיט א פלאש סעלצער מטכס עייצע צו זיין נגד הפירצה פון מתיר זיין פארשידענע דברים הטעונים היתר...
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4222 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך יאנקל » מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:58 pm

שווער צו זאגן אז אגרות משה האט אין טייל צו פארדאנקען זיין פאפולאריטעט צוליב דעם וואס געוויסע זענען ארויס דערקעגן. בלויז סאטמאר האט זיך געוואגט צו פירן א ״מערכה״ קעגן רבי משה, און ס׳איז שווער אנצונעמען אז דאס האט בייגעשטייערט צו דעם סוקסעס, וויבאלד רבי משה איז די גאנצע צייט געווען אנגענומען ביי אלע שיכטן פון דעם ארטאדאקסישן אידנטום ללא עוררין.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך סאסוב » מאנטאג מערץ 12, 2012 5:14 am

קופערניקוס האט געשריבן:דברות משה איז גאוניש, אבער מען מוז האבן אסאך געדולד..אגרות משה איז סאך מער צו די פוינט ווי רוב תשובה ספרים, און ער נוצט דארט אסאך מער לאגיק און סברה ווי רוב פוסקים דאס איז די פראקטישע סיבה, אויסער דעם האט אגרות משה באקומען פובליסטי אויף די זעלבע וועג ווי להבדיל דער שטערן באקומט יעצט ווען די כמו איבראן-סערדעהאל רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט במותב תלתא מיט א פלאש סעלצער מטכס עייצע צו זיין נגד הפירצה פון מתיר זיין פארשידענע דברים הטעונים היתר...

ווען איר בלייבט ווען מיט אייער ערשטע העלפט תגובה אזוי ווי אין די פריערדיגע, החרשתי.
אבער פון די צווייטע העלפט געשרייבאכץ -וועלן מיר מלמד זכות זיין- ווייזט עס אז איר ווייסט פשוט נישט פון וואס פאר א סארט קאליבער רבנים איז דאן געווען די מדובר, צב"ש וואס דער קראסנא רב במ"ס כוונת הלב זצוק"ל האט מיט זיך פארגעשטעלט און איינגעקערפערט.
דאס אלעס איז נאך פאר מען בארירט דעם אבהע"ז שאלה.
סאסוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך נ נח » מאנטאג יוני 18, 2012 2:19 pm

My shver was uniquely sensitive to society. Despite what they write in all the books about him, my shver never failed to read the Yiddish newspaper – either the Tog in the early years or the Morgn-Zhurnal later on – cover-to-cover every single day. People publish that he would walk down the street and avert his eyes when he passed by newspaper stands. There are a thousand talmidim of his who will testify, “I bought the paper and handed it to him in the lunchroom in the yeshivah,” but it does not make a difference for some people – they do not want to hear that. Even when he was not well and the doctor insisted that he must lie down to sleep for an hour, he would go home, put on a bathrobe, and smuggle a newspaper into the bedroom so that his wife would not see it.
ווייסט איינער אויב ס׳אמת אז ר׳משה פלעגט ליינען צייטונגן? ווייל ס׳דא א שמועה אז ער האט אמאל גזאגט אז ער האט דעת תורה ווייל ער האט
קיינמאל נישט געליינט עפעס חוץ תורה.
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך משכיל » מאנטאג יוני 18, 2012 2:38 pm

אלע רבי'ס און רבנים פון יענעם דור האבען געליינט די אידישע צייטונג,
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך משה געציל » מאנטאג יוני 18, 2012 2:58 pm

עס איז ווערט דורכצוליינען די הקדמה פון אגר"מ חלק ח', וואס איז ארויס געקומען נאך זיין פטירה, אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע. אז מ'רדעט שוין, איך האב געהערט אז וואס איז געדרוקט אין ח"ח איז אין לסמוך עליו ווייל טענדלער האט אסאך געפאטשקעט, מיין שאלה איז, איז דאס סתם א שמועה וואס אפאר עקסטרעמיסטען (לאו דוקא פון די וויליאמסבורגער סארט, ביי די ליטווישע איז אויך דא גענוג וואס וואלטען ווען געברויכט האבען א אייגענעם האטליין) וואס האט נישט געשמעקט פונקטליך וואס שטייט דארטען האבען ארויס געלאזט ? אדער איז דא עפעס מער צו דעם.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2758 מאל

הודעהדורך נ נח » מאנטאג יוני 18, 2012 3:25 pm

דורך משכיל » מאנטאג יוני 18, 2012 2:38 pm
אלע רבי'ס און רבנים פון יענעם דור האבען געליינט די אידישע צייטונג,

אויף אנדערע ווייסאיך, איך פרעג צו איינער האט שוין אנגעטראפן איינע פין די טויזענט תלמידים וואס הרב טנדלר זאגט אז זיי פלעגן קויפן די צייטונג פאר איהם?
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך משכיל » מאנטאג יוני 18, 2012 4:53 pm

its a big mistake to apply current concepts to a previous generation. in those days the people were preoccupied with world politics because of the wars they were personally involved in, so reading the news was considered very necessary. ideology was also in at that time.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

Re: דברות משה, רבי משה פיינשטיין

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג יוני 18, 2012 5:39 pm

די תשובות און טענדלערס חלק זענען תשובות וואס ער האט נישט געוואלט מען זאל דריקען.
לאו דוקא אז טענדלער האט געטוישט דארט עפעס.

ער האט געשריבען דברות משה אויף משניות וואס עס איז נישטא קיין סאך חיבורים, און עס איז טאקע מפליא פלאות.

זיינע תשובות האט ער געשריבען אויף'ן ליטווישע דרך, פסקנען פארקערט ווי די שולחן ערוך איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אנגערעדט קריגען אויף שפעטערע אחרונים.
איין נקודה טוט ער אנדרעש ווי די משכנות יעקב למשל, אז ווען ער קריגט אויף די מחבר, זעצט ער איין און מאכט עפעס א אוקימתא אין די מחבר, אזוי עס זאל נישט מוזען זיין אז די מחבר קריגט.

דער מהלך האט גאר שווער געמאכט אויף אנדערע אשכנז פוסקים וואס דער שלחן ערוך איז הלכה פסוקה, ווייל ער האט געטענהט אז ער קריגט נישט אויף שלחן ערוך, און עס האט געמאכט די מחלוקת'ן שווערער צו פארדייען.

דער מהלך קען מען כמעט זעהן און יעדעס גרעסערע מערכה, פין הזרעה מלאכתית ביז אסרן די עירוב און די הוט פלעסטיק.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג יוני 18, 2012 9:29 pm

נ נח האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ס׳אמת אז ר׳משה פלעגט ליינען צייטונגן? ווייל ס׳דא א שמועה אז ער האט אמאל גזאגט אז ער האט דעת תורה ווייל ער האט קיינמאל נישט געליינט עפעס חוץ תורה.
בייגעלייגטע פיילס
R Moshe.jpg
R Moshe.jpg (87.78 KiB) געזען געווארן 4004 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך נ נח » דינסטאג יוני 19, 2012 11:56 am

א דאנק אייך ר׳ יענקל פארן בילד
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך משכיל » דינסטאג יוני 19, 2012 12:03 pm

נעכטען געהערט אז ר' דוד פיינשטיין דער זון פון ר' משה איז לעצטענס געקומען אין א כולל אין בארא פארק האט איינער איהם געפרעגט אויב עס איז אמת אז ר' משה האט נישט געליינט קיין צייטונג , האט ער געענטפערט אז עס איז נישט אמת, א ודאי האט ער געליינט
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך אשכנ » זונטאג יוני 24, 2012 8:15 pm

די הויפט סיבה פאר די פאפולערקייט פון אג"מ איבער די דברות איז אז עס איז געווען פון די ערשטע צו באהאנדלען נייע טעמעס אויף א ברייטע פארנעם. עס איז אויך זעלטען אז ער זאל זיך קריגען מיט א מחבר אדער אפי' א מג"א וכדומה. ביי די עירוב, למשל, האט ער אנגענומען אז מקען זיך פארלאזען אויף ס' ריבוא, נאר האט געהאט זייטיגע ענינים פאר מחמיר זיין אין נ"י.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג יוני 24, 2012 10:36 pm

אשכנ האט געשריבן:די הויפט סיבה פאר די פאפולערקייט פון אג"מ איבער די דברות איז אז עס איז געווען פון די ערשטע צו באהאנדלען נייע טעמעס אויף א ברייטע פארנעם. עס איז אויך זעלטען אז ער זאל זיך קריגען מיט א מחבר אדער אפי' א מג"א וכדומה. ביי די עירוב, למשל, האט ער אנגענומען אז מקען זיך פארלאזען אויף ס' ריבוא, נאר האט געהאט זייטיגע ענינים פאר מחמיר זיין אין נ"י.

קודם, שלם עליכם ר׳ אשכנ. כ׳האף אז איר וועט זיך געפינען דא באקוועם.
וואס מיינט איר מיט דעם אז ר׳ משה ״איז געווען פון די ערשטע צו באהאנדלען נייע טעמעס אויף א ברייטע פארנעם״?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:28 pm

רבי משה האט זיך מתמרמר געווען אז דער דברות משה איז נישט נתקבל געווארן אין עולם התורה, ער פלעגט זאגן, "די תשובות וואס איך שאר ארויס פון ארבל, טוט מען דורך בעמקות, און מיינע חידושים אויף ש"ס קוקט מען נישט אן." כידוע אז ער האט אריינגעלייגט אן אומגעהויערע עבודה בים שרייבן זיינע חידושים, אפילו א סוגיא וואס ער האט שוין פארגעלערנט צום וויפילטן מאל איז ער שטענדיג דורכגעגאנגען נאכאמאל און מחדש געווען נייע מהלכים. און מסתם טאקע צוליב דעם איז עס נישט נתקבל געווארן, ווייל אין דעם לעצטן יאר הונדערט - מסתמא זינט רבי חיים האט מחדש געווען אז מען מעג מער נישט מחדש זיין - איז די תורה אריין אין דיפאולט, מען איז נישט אינטערעסירט אין קיין נייע וועגן, נאר אין לומדות'ן און קוועטשן אין די פריערדיגע - וואס איז זייער וויכטיג טאקע, אבער נישט אויפ'ן עקספענס פון פרישע סחורה. מה שאין כן אין די תשובות, האט אפילו אזא אריגינעלער מח ווי רבי משה זיך געמוזט האלטן אין די ראמען פון די פוסקים, איז עס ממילא ענדערש נתקבל געווארן, און דארט וואו ער האט זיך צעפירט די הענט האט מען טאקע געהאט טענות.

נאך איין קלייניקייט. רבי משה האט אמאל געזאגט אז ער האט א ספעציעלע סייעתא דשמיא וואס מען גיבט פאר א פוסק, האט אים איינער געפרעגט, "און ווער זאגט אז איר זענט דער פוסק הדור?" האט רבי משה געענטפערט, "איך בין זיך אנגעקומען פון רוסלאנד און זיך אריינגעזעצט אין א ווינקל אין בית המדרש, איך האב קיינמאל נישט אריינגעשטעלט א מודעה אין די צייטונגען אז איך בין גרייט צו סופלייען דעם עולם מיט תשובות לכל מאן דבעי, און מיט דעם אלעם קומען אן שאלות פון אלע עקן וועלט."

אפילו אויב די מעשה איז נישט אמת, איז עס אזוי אגרות משה'דיג ווי עס קען נאר זיין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8165 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:30 pm

פתח דבריך יאיר, מבין פתאים! וועלקאם עבאורד, יאיר.

לגופן של דברים, האסט א שטארקע פאונט לגבי זיינע חידושים, אבער איך מיין אז דו ביסט נישט גערעכט לגבי זיינע פסקים. זיין דרך הפסק איז גאר א נייער און כמעט שאין כדוגמתה אין די פריערדיגע תשובה ספרים. אפילו די תשובות ווי ער "צעפירט זיך נישט די הענט" זענען אויך ע"פ רוב באזירט אויף הארטע לאגיק ארויס פון גמרא און גדולי הפוסקים, אנדערש ווי די אנגענומענע דרך פון פלפול, חשבון, חידושים און קוועטשן משמעות'ן אין די ווערטער פון די פריערדיגע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: חמלה גדולה און 2 געסט