בלאט 1 פון 1

דברות משה, רבי משה פיינשטיין

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:15 pm
דורך דולה ומשקה
מארגען תענית אסתר פאלט אויד די יארצייט פון הגאון האדיר פוסק הדור רבי משה פיינשטיין זצ"ל, פאר אלעם באקאנט מיט זיין גרויסע חיבר שאלות ותשובות אגרות משה ט' כרכים.
אבער וואס ווייניגע מענטשען נוצען איז זיינע ספרים דברות משה אויף ש"ס, וואס ער האט דארט אריין געלייגט זיין כח התורה גארנישט ווייניגער ווי ביי זיינע תשובות, דער איינציגסטער הסבר מסתמא איז די אריכות הדברים, אבער דאך אז מ'לערנט אדורך איין סוגיא איז דאס זייער געשמאק מיט גאהר חריפות'דיגע רעיונות.
אויך איז דא דער דרש משה על התורה, אבער דאס איז מאיזה סיבה זייער שווער געשריבען.