נייער בוך וועגען דעפרעסיע: Calling Out To You

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5741 מאל

נייער בוך וועגען דעפרעסיע: Calling Out To You

שליחה דורך וואלווי »

בילד

אן אינטערסאנטער כשר אין אויסגעהאלטן ביכל בנושא פון סייקאלאדזשי בייארבעט דורך א שרייבער מיט'ן נאמען תהילה עדעלמאן וואס דער מטרה פונם בוך איז אויף צי עפענען די אויגן פאר די וואס ליידען אויף דעפרעשען אין ענקזייאטי ועוד, ווי אויך פאר זייערע באקאנטע, דורך ארויסברענגען אמיתת הדברים ומציאתם וואס איז דער בעסטער אויפן אין מיטל אויף צי טוהן אין דעם פראבלעם.

נאך'ן דורך ליינען זע איך דעם תוכן פין דעם בוך אויף דעם אופן. עס אינהאלט אין זיך בעיקר דריי חלקים וואס ווערען איבער געחזר'ט אין א יעדען פרק אדער עטליכע פרקים כדלהלן:

א) די קשר פונם מענטש וואס ליידט מיט'ן באשעפער. זי ברענגט ווארימע דברי חיזוק פין פארשידענע מקורות אין שרייבערס וואס העלפט צי האבן די ריכטיגע פערספעקטיוו כלפי שמיא בפרט בשעת א קלעם אויף זייער א פארשטענדליכן אופן. אבער אין דיע חלקים ליגט נישט דער עיקר חידוש ווייל היינט איז ב"ה דא זייער אסאך ספרים אין ביכער וואס ברענגען ארויס די ריכטיגע השקפה אין מהלך החיים בשעת צר.

ב) די פערזענליכע איבערלעבנישן פון מענטשן וואס זענען דורך די שווערע תקופות דורך ליידן אויף דעפרעסיע, ענקזייעטי אד"ג, קלאר ארויסגעברענגט די ווייטונגען אין אויך די וועגען ווי אזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבען דערמיט. אין דעם ליגט דער שפיץ פון דעם בוך, ווייל דאס איז דער ציל פין דער ארויסגעבער אויף צי עפענען די אויגן פין דער וואס ליידט צי זען קלאר זיין מצב ובפרט אין די היינטיגע צייטן וואס עס ווערט ציביסלעך מער אן אמגענימענע אין נארמאלער זאך אז מ'זוכט פראקטישע עצות זיך צי היילן.

ג) פרקים געשריבן דורך פערפעשינאל סייקאלאדזשיסטס אין טעראפיסטס וואס באהאנדעלען רוחניות'דיגע אין גשמיות'דיגע מהלכים ווי אזוי צי ציגיין אין אדרעסירן די שווערע פראבלעמען. אזוי ווי זייער פעלד איז זייער א ברייטער, ווערט דא צאמגענומען פארשידענע מעטאדס פין טעראפי, אסאך אנגענימענע מהלכים אין אמאל זייער אנקאנווענשינעל מעטאדס.

סיכום: דער בוך איז א דבר חדש אין דעם נושא, זייער שיין געשריבן, אין בעיקר א פראקטישער חיבור וואס קען אסאך אויפטוהן. עס האט הסכמות אין אנהייב אין אויך גוטע ריסארסעס צום סוף.

http://www.menuchapublishers.com/callin ... o-you.html
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר