טוה אויס דיין נאמען

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

Re: טוה אויס דיין נאמען

הודעהדורך מפוזרי » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:44 am

בת קול האט געשריבן:גראדע האלט איך אז בערגערס פאעזיע האט עפעס אין זיך. איך מיין ער האט אבער פארפלאנטערט מיט translation.

בערגער זאגט גוט. ער רעדט אבער אין אן אנדערע דייעלעקט.

קל וחומר'ס שטיקל איז גוט פאר פאן. (דווקא גאנץ גוט פאר אן אמעטאר)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 637 מאל

הודעהדורך cictim » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:14 pm

ער שארפט זיין פעדער
כ'וועל ווייזן יעדער
פון היינט און ווייטער
בין איך א קנאקער
כ'בין נישט קיין בעטער
צוזאם פארן ווערטער
איינע פונעם אנדערער
קומט מיר פאר מאדנער
גריצעלט אינעם אויער
ווי א קראצעדיגן טראקטער

קומט ער שפעטער
ער שפירט באקוועמער
שטעלט זיך אהער
ווי אן אויפגעקלערטער
מיט דעם איך ווער
אויס צוריקגעבליבענער
קוים ארויס פון פעמפער
קשיות אויפן באשעפער
פון גוישע ערטער
נישט קיין קראנטער
צו זיין אינטערעסאנטער
סתם לקנתר

אויפן אדמיניסטראטאר
קענסטו גיסן א בור
אויפווייזן טעראר
ווי וואנט טו הער מאר
אפילו איך קלער
ס'פוסט און לער
קום דא אהער
לאז פאלן א טרער
צוזאמען איז גרינגער

אידישקייט איז שווער?
ס'נישט אזא בער
געב נאר א קער
צוריק צו אונזער הער
זיי נישט דער יעניגער
אנטלאפן ביי מרור
חכי עד יעבור
מיט א טאן א פרייליכער
זיך זעצן צום שור הבר
אלע וועלן ווייזן מיטן פינגער
אויף דעם טאג ווארטן מיר!
cictim
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

הודעהדורך בת קול » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:36 pm

טוה אויס דיין נאמען
וואס עס האבן אנגעקליבן אין דיר
אלע קריטיקירער
שלעכט זאגער
און סימפאטאקירער

טוה אויס דיין נאמען
וואס איז אנגעקליבן אין דיר
קענסט נישט
ווייסט נישט
טארסט נישט

טוה אויס דיין נאמען
וואס איז אייגענטלעך
נישט אויף שטענדיג
נישט ריכטיג
נישט דיינס

טוה אויס דיין נאמען
און באווייז
דיין רצון
דיין מח
דיין נשמה.
פַּפַּפַּפַּפַּפַּזיטיוו!
באניצער אוואטאר
בת קול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:22 pm

טוה אויס דיין נאמען
וואס זייעט זאמען
דיר צו פארדומען
פארקלעבט דיין גומען

טוה אויס דיין נאמען
וואס טוט דיר באגראבן
וואס וועסטי שוין האבן
ביסט אן מנהארץ
די פון חומר קרוץ
ביסטא רשע עריץ

טוה אויס דיין נאמען
מיט פאלשע סטיגמעס
ביסטא נערנים דוגמא'ס
וואס קענסטע
אלעס מעסטע

טוה אויס דיין נאמען
קלייד עס פונדאסניי
צו די שונאים א שפיי
געדיר א באניי
ס'גרינג
כאתא קלילא אות היי
איש את רעהו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1782
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:43 am

טוה אויס דעם נאמען
וואס האסט באקומען ביים געבוירען
קלויב א ניק, אפילו המן
א נייער וועג דורך די טויערן

געשריבען געמעקט
געהאקט גערעגט
צוזאמען מיט די פרישע פריינט
באקומען אומצאליגע פיינט

כ'וויל פין דער ניק אנטלויפן
מיין אלטער נאמען צוריק קויפען
ניק זיי געזונט, איך בעט דיר מחילה
איך בלייב בעסער מיט די נאמען פין מילה
אישתישבי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך תנחום » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 3:17 am

הער אויף צו האקן און בראקן
א ניק קען מען טוישן ווי זאקן
תנחום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:55 am

אבער דער אמת'ער מעשה
ווי בוימל אויפ'ן וואסער
אז נישט דער נאמען איז שולדיג
נאר זיין געדולדיג
ויברח משמו און פין זיין ניק
און שפיגעל גיב אבער א קוק
ביסט דער זעלבער נער ווי צוואנציג יאר צוריק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:29 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:56 am

.
אישתישבי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

הודעהדורך הבל וריק » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 3:56 pm

שטופ אריין טיפער
זופ עס גוט אדורך
כאפ א בליק דערויף
דאן שיק עס צו נאסקייט

לאז די קאליר צוגיין
דאן נעם נאך איין
טוה איבער דאס זעלביגע
ווי לאנג די ווערסט צופרידן

הייב זיך אויף און כאפ א בליק
אויפן בארג צוריק
א בכי של שמחה
מיט א פילע ליידיגקייט
זיי מקיים דעם תמחה
דיינע שפירן פארוויש.
הבל וריק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:11 pm

דאס איז שוין מער אויף שלום בערגער נוסח.
אישתישבי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט