איכה היתה לזונה - קריה נאמנה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

איכה היתה לזונה - קריה נאמנה

שליחה דורך ארי נוהם »

פרירנדע סטעפעס
וועלף און שאקאלן
סיביר? וואס עפעס
וויליאמסבורגע לאקאלן


פארטעמפטע הערצער
געפילן פארפרוירן
א קאפ קערצער
ווייל פיאות געשוירן


משנים קדמוניות
טויב צו געשרייען
נשים רחמניות
בישלו את ילדיהן


חסד אפאראטן
יעדעס ארגאניזאציע
גוטע טהאטן
א טייל פונעם נאציע


דו ביסט "דיפערענט"
שווארצע שאף פון סטאדע
ווער דיר דערקענט
אפהאקן מיט דיר אוודאי


פארלויפן ימים ושנים
מיט רדיפות ועניות
רחמנים בני רחמנים
כיענים באכזריות


מיר טשאלענדזשן גאט
דאס הארץ נישט גערייניגט
וויאזוי געשוויגן ער האט
ביים 6 מיליאן טויט פארפייניגט


גאט טוט ווייטער שווייגן
מיטן פינגער אנטייטלען
אן אויער טו נאר נייגן
צו אכזריות'דיגע בייטלען


זיבן קינדער רויבן
פון פלייש און בלוט
ווייל די מאמע טוט קלויבן
א וועג וואס איז איר גוט


צועקת ביגונה
אנה אלך, אנה
איכה היתה לזונה
קריה נאמנה


האזינו ארץ ושמים
הזאת נעמי?!
עיני עיני יורדה מים
על שבר בת עמי


***


מיין פנים בלאס
מיינע אויגן נאס
מיין הארץ א רייס
פון ברויזנדע געפילן


מיין זעל טריקן
מיין נפש דריקן
די געפילן שטיקן
פון ווידערווילן


צובראכן, צושאסן
בלוט פארגאסן
קיין רחמנות גענאסן
מיט זייער נשמה שפילן


אט"ד, אפגעפארן
מיטגעפיל שפארן
נאר צום ארון
מ'טוט זיי צילן


א שטיק פלייש שמייסן
מיט געשמאק בייסן
גאר נאגן און רייסן
מיטן רעליגיע-מאנטל איינהילן


שטייט א קינד אליין
אין א נייע וועג גיין
שרייט פון פיין
רעספעקטיר מיין ווילן


טו מיר נישט צוימען
און קום מיר נישט רוימען
פארשווארצט ווי א קוימען
ווען ווי א הונט דו טוסט בילן


קענסטו מיר אקצעפטירן?‎
קענסטו מיין פיין שפירן?‎
קענסטו מיר העלפן אן פירן?‎
טוט זיך דער קול ווידערהילן - - -




*געשריבן אין ליכט פון זען דעם פילם ONE OF US.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר