עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:45 am

א גוטען אידען.

איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט דא, און מ'קען הערען דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.

א דאנק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2872 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7661 מאל

הודעהדורך זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:10 pm

דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:25 pm

האט איינער אפשר די פול ווירזשין פון די בוק וואס ער האט געשריבען?
איך האב נאר געזעהן די צענזורטע חלקים איך וויל זעהן דער חלק וואס מען האט ארויסגענומען
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:45 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גוטען אידען.

איך האב געוואלט הערען דער שמועס וואס חיים גראדע האט געהאט אויפ'ן חזו"א, וואס ס'ווערט געלינקט דא, און מ'קען הערען דא, אבער איך קען עס נישט דאונלאודען. טאמער איינער קען א טובה טוהן און ברענגען א פלאץ ווי מ'קען עס דאונלאודען, נישט הערען אנליין, וואלט עס מיר געהאלפען. ס'איז עפעס אויסנאמליך, אבער איך וויל עס אויף מיין קאמפיוטער. ער רעדט דער זעלבע סארט וועג ווי הרב שמואל רוזובסקי, פאר דער וואס איז באקאנט אין זיין טעיפס, נישט ווי הרב שך צו ר' משה פיינשטיין וכדו'.

א דאנק


איך האב דעם קליפ אראפגענומען. לאז וויסן אויב ס'איז נאך וויכטיג.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:06 pm

דעם אינטערוויו פון חיים גראדע

ביידע חלקים
חיים גראדע אינטערוויו - 2 טיילן
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך זוכער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:03 pm

מ׳קען זיך באלעקן די פינגער פון דעם פענאמענעלן אפשאצונג פון חיים גראדע, ווי ער לייגט אראפ דעם חזון איש מיט לעבעדיקע פארבן.

פון זיין בליק קעגן חסידות, זיין ליבשאפט צו יעדן מענטש.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:28 pm

זוכער האט געשריבן:דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.


חוץ אין לייבערערע איז נישט צו געפינען דעם בוך אין אידיש. אויף קיין שום אקשן-סייט, אלטע ביכער.
אלע האבן די ענגליש אדער העברעישע ווערסיעס. די ארגינאלע אידישע בוך איז עפעס נישט צום געפונען
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך זוכער » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:21 pm

עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:06 am

זוכער האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:דעם בוך אין אידיש זעה איך נישט אין ערגעץ. גוגל האט אים יא, אבער לאזט אים נישט אראפלאדירן.


חוץ אין לייבערערע איז נישט צו געפינען דעם בוך אין אידיש. אויף קיין שום אקשן-סייט, אלטע ביכער.
אלע האבן די ענגליש אדער העברעישע ווערסיעס. די ארגינאלע אידישע בוך איז עפעס נישט צום געפונען

האסט פרובירט ביי די יידיש בוק סענטער?
https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... dish-books
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1762
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6369 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:38 am

זוכער האט געשריבן:עס ווילט זיך פרעגן, וויפיל פון צמח אטלס זענען באזירט אויף הויל פיקציע, און וויפיל פראצענט איז כאטש באזירט אויף אמת'ע איבערלעבענישן פון חיים גראדע מיט'ן חזון איש?

זוכער: איך ווייס נישט אויב מ'קען עס קוואנטיפיצירן מיט פראצענט. אבער אין די אנדערע סיפורי מעשיות פון חיים גראדע. אזוי ווי ..."לייבע לייזער'ס הויף. זיידעס און אייניקלעך אדער ..."דער שטומער מנין". אדער די מעשה פון ר' נחומ'קע דער מלווה...ווען דו ליינסט די מעשה האסטו דעם פיעלינג ווי דו ביסט ממש דארט אין די שטאט און דו לעבסט מיט די גאנצע דראמאטישע געשיכטע. אפילו די פלעצער וועלכע ח.ג. געט אן אזוי ווי די שולן. און די בעקערי. און דאס אייזן געשעפט פון ר' שעפטל. די אלע קענסטו געפונען אפילו בלינדערהייט. ווייל ער ברענגט עס ארויס מיט אן אויסערגעווענליכע קלארקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8099 מאל

הודעהדורך סקרן » זונטאג יאנואר 27, 2019 2:13 pm

איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס
די שרייבער איז עפעס אויסער געווענליך
אבער לדאבוני שטעלט זיך עס אפ ביי דף 192 פון די צווייטע בוף אינמטען די מעשה ווייסט איינער ווי מען קען באקומען די דבר השלם?
איך וויל וויסן
1. וואס איז דעווארן מיט צנח און סלאווה נאכדעם וואס צמח האט צוריקגעווארפען דאס געלט צום שוואגער אין פנים
2. איז חייקל מיטדעדאנדען מיט'ן מחזה אברהם קיין ווילנא
3. וואס מאכט הרצקא
4. וואס מאכט הירשה גורדון
5. וואס מאכט מלכקה
ועוד ועוד
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:47 am

סקרן האט געשריבן:איך האב געענדיגט די פייל וואס איינער האט אהער געלייגט פון צוויי ביכער מלחמת היצר און צמח אטלס

ואיו?
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:47 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:דא האט איר עס אויף גוגל דרייוו
https://drive.google.com/file/d/0B0POTl ... sp=sharing

דא
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 04, 2019 9:55 pm

סקרן: ייש"כ.טאמער האט עטץ ענק געוואונדערט וואו איך בין געווען ביז יעצט. איך בין געווען פארטיעפט אין די זיסע/נארישע מעשה'לע מיט אלע רמ"ח ושס"ה.

לכאורה זעהט עס אויס ווי א נארישע מעשה'לע מיט נארישע כאראקטערס. אבער דער וועג וואס חיים גראדע לייגט עס אראפ איז אין דוגמתו. ס'ציעט ווי א מאגנעט צו ליינען נאך און נאך. בשעת דו ליינסט די פונקטליכע דיטעילס, מיינסטו אז דו ביסט דארט אין די מעשה אליינס...!

איך האב געליינט די מערסטע אנדערע ביכלעך פון סיפורי מעשיות געשריבן דורך חיים גראדע. זיינע מעשיות זענען דאך מתוק מדבש. ווען מ'זאלל עס קענען אויסרייניגן פון די אריינגעשמיר'טע, אומ-דירעקטע ניבול פה וואס ער האט אריינגעמישט. וואלט עס געווען הערליכע מעשיות פאר די היימישע קינדער צו ליינען...!

די גרויסקייט פון א שרייבער איז אז ער קען שילדערן א מצב און א פלאץ און דו זאלסט מיינען אז דו שטייסט דארט ווען די געשיכטע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן.

צווישן די גוי'אישע/ענגלישע/אמעריקאנער שרייבערס קען איך נאר איינעם וואס גייט אויף חיים גראדע'ס דרך. ער איז סיי א שרייבער. וועלכער האט מחבר געווען עטליכע ביכער. און סיי א (געוועזענער) קאלומניסט אין דעילי ניוס. ער הייסט פיעט העמילל. ער האט אמאל געשריבן א קאלום אין דעילי ניוס. מיט די העדליין..."דער שבת גוי"..."The Shabbos Goy"...! דארט געשילדערט ווי ער אלס ארימער שייגעץ'ל, א זון פון איירישע אימיגראנטן פלעגט אריינגיין צו זיינע אידישע שכנים אום שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. (דאס איז געווען אמאל א מנהג ביי אידן. אז א גוי פון שכינות פלעגט שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פונ'ם טיש.). און אין שכר פן דעם פלעגט איהם די באלבאס'טע געבן א שטיק פרישע חלה אדער קעיק. וואס ער האט אהיים געטראגן. און זיך געטיילט מיט זיינע געשוויסטער. אבער דער וועג וויאזוי ער שילדערט עס קענמען מיינען אז מ'שטייט דארט שבת אינדערפריה ווען די סצענע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8099 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:20 pm

ווייסט איינער ווי מען קען טרעפן די גאנצע ביכער?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:46 pm

פרעג ביי די סטיוועק ספיעלבערג אידיש בוך סענטער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2872 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7661 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט