שושנים #19: געזעץ פון שילוש

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #19: געזעץ פון שילוש

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 12:28 pm

איך האב געקלערט אז אפשר קען מען זאגן נאך מער אין דעם. דהיינו, דער פייטן כאפט אן זיין געדאנק פון שילוש בענין די דריי סארטן נגינה. ווי ערווענט אויבן איז דא אן ענין פון א קשר בין מוזיק/נגינה וזמן לפי ראזענצווייג. און ווי דערמאנט עטליכע מאל האט ער אויך געהאלטן אז ״זמן״ בנוגע אידן איז סירקולאר.

יעצט, ארכימידוס האט אויפגעוואוזן אז די עריע פון א סירקעל וועט זיין די זעלבע ווי די עריע פון א רייט טרייענגעל וואס די אונטערשטע זייט דערפון איז אזוי לאנג ווי די סירקומפרענס [היקף] פון די סירקעל, און די זייט וואס גייט ארויף דערפון אין דער הייך איז אזוי לאנג ווי די רעידיאוס [האלבע רוחב/דיאמעטער] פון די סירקעל. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז וואו די פייטן רעדט זיך אפ אז מ׳זעהט נאר צוויי זייטן פונעם שילוש [אסור ומצוה] לעומת דער דריטע זייט המשווה אותן [חול], דערמאנט ער דאס בענין שיר ונגינה, וואס דאס איז מקושר לזמן, וואס ביי אידן [די אודיענס פונעם פיוט] איז דאס סירקולער, המקושר צו די צוויי זייטן פון א שילוש וכארכימידוס.

***

ובסתם קען מען זאגן אז דאס איז מרמז המשך הכתובים (משלי ל כ-כא) לא פעלתי און ״תחת שלש״ וגו׳. והיינו, אז לגבי די חילוק בין און/עון און מצוה דארף מען אין אכט נעמען דעם סוג ה״שלש״ ביניהן. וכעי״ז רמז בהפסוק (עמוס ב ו) על ״שלשה״ פשעי ישראל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:13 pm

ואפשר קען מען זאגן אין דעם נאך א רמז. עס איז דא ראבערט׳ס טרייענגעל טעארעם. דאס לויטעט אז אויב מאך איך א גראדע ליין אינמיטן א טרייענגעל וואס צוטיילט צוויי פון זייטן אזוי אז די האלב פון איין צוטיילטע ליין דיוויידעד ביי איר אנדערע האלב איז די זעלבע [פראפארציאנאל] ווי די צווייטע צוטיילטע האלבע ליין דיוויידעד ביי איר אנדערע האלב, וועט די דאזיגע ליין וואס צוטיילט דאס מוזן זיין פאראלעל מיט די דריטע אומצוטיילטע ליין פונעם טרייענגעל. ולפי כל הנ״ל קען מען זאגן א רמז אז אינעם פאעזיע כאפן נאר די קיצונים צוויי פון די דריי זייטן בנוגע איסור, מצוה, וחול. די סארט חברה מאכן אבער א פירוד און צוטיילן צווישן דאס פאלק אליין פון די וואס זעהן דאס יא איין. די פירוד וחילוק דערויף איז גורם אז זיי זענען נישט ביכולת איי צו זעהן דעם דריטן צד און גייען אלס בלייבן פאראלעל דערצו אנע אנקומען דערצו (עכ״פ אין יוּקלידיען דזשיאמעטרי).

אויך קען מען אפשר דא אריינלערנען (ליין אריינקוועטשן...) דעם קאבּאן טרייענגעל פראבלעם. דאס פרעגט אויב איך האב א צאל פון גראדע ליינס וויפיל איז די מערסטע טרייענגעלס וואס גייען נישט אריין איינע אין די צווייטע קען איך מאכן פון זיי. למשל, דא זעהט מען משלים פון ביז 6 גראדע ליינס:
9EFD8E3C-40D8-4954-B3ED-A2C38FDE1771.jpeg

מ׳האט אויפגעוואוזן דערין אז עס קען נישט זיין מער ווי די סומע פון די ליינס וואס איך האב טיימס 2 ווייניגער פון די סומע און דערנאך דיוויידעד ביי 3. ולענינינו קען דאס אפשר(?) מרמז זיין אז די סארט וואס קענען נישט איינזעהן דעם שילוש און גייען טאקע גראד מיט אן אומבויגזאמקייט, וואס פון די גראדע ליינס קען מען צום מערסטענס שאפן טרייענגעלס (וואס דאס איז די אמת וואס זיי זעהן נישט איין) וואס גייען טאקע זיין ״צוויי״ (לרמז אויף די נאר צוויי זייטן וואס זיי זעהן) מאל ווייניגער ווי די סומע מאל די סומע און דיוויידעד ביי דריי, וואס זענען די צאל דערין וואס זיי זעהן נישט איין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 7:57 pm

ואפשר קען מען זאגן נאך מער אין דעם. ביי א טרייענגעל/שילוש איז דא דערין א פונקט וואס ווערט גערופן די פערמאט פונקט. דאס איז די פונקט אינמיטן די טרייענגעל ווטס ווען מען מאכט גראדע ליניעס דערצו פון אלע אירע דריי עקן, וועלן די לענג פון אלע דריי ליניעס צוזאמען זיין די קורצסטע וואס עס איז שייך צו האבן ווען מען אזעלעכע דריי ליניעס צו איין פונקט אינדערמיט. יעצט, ווי ערווענט דא האט פערמאט אויך אויפגעטוהן אז נאר ביי פּיטאגאריען׳ס טעארעם, וואו אלע האבן עקספּאנענטס ספון 2, קען זיין אז אלע וועריעבּלס זאלן זיין גאנצע אינטעדזשער נומערן. אויב אבער זיי האבן אלע עקספּאנענטס פון 3 און העכער קען נישט זיין אז אלע דריי וועריעבלס צוזאמען זאלן זיין גאנצע אינטעדזשער נומערן; זיי וועלן זיין אירעשאנעל נומערן. (ועיין כאן איבער נאך אן אויפטוה זיינע בענין טרייענגעלס ורעשאנעל נומערן.).

יעצט, קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז דא אויך. והיינו, אז בענין דאס וואס באמת דארף זיין א שילוש גייען מענטשן נישט עד הסוף בהתבוננותו אין גיבן דאס אין ״קורצן״, כעין להגיע להפערמאט פונקט בזה, א דיכאטאמיע פון 2 (ווי איידער 3). און אונז טרעפן מיר אז פערמאט האט טאקע געזאגט אז נאר ביי די פּיטאגאריען׳ס טעארעם ביי רייט טרייענגעלס, וואו עס איז טאקע דא נאר אן עקספּאנענט פון 2 קענען די וועריעבלס זיין א גאנצע נומער, אבער וואו עס ווערט שוין 3 (און העכער) דעמאלטס קענען דאס נאר זיין אירעשאנעל. דאס איז ווייל זיי האלטן אז עפעס אינדרויסן פון די דיכאטאמיע פון 2 איז ״אירעשאנעל״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט