דורך בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:30 am
ווער דארף שלאף
ווען סדא לבנה און שטערן
פארוואס די צייט פארשפילן
ווען אין די צייט קען מען קלערן
טיפע געדאנקען איבער זיך
וואס וועט פון מיר ווערן
פון אנדערע אין מיין לעבן
יעצט קען איך אלעס הערן
אויב סאיז דא א גאט
און אויב עס מאכט מיר אויס
וועל איך טוישן מיין לעבנס גאנג
אויב איך האב די זאך ארויס
בין איך צופרידן פון מיין פירונג
זאל איך זיין מארגן ערגער אדער בעסער
זאל איך פאלגן די פארשריפטן
אדער וואוילער לויטן אנגעצייכנטע מעסטער
זאל איך זיין זיסער אדער שטייפער
מיט מיין באנעמונג צו די וואס איך האב ליב
בין איך בארעכטיגט אלעס צו לאזן פליען
ווייל איך האלט נישט ביים נעמען קאנטראל פון די גאנצע שטוב
זאל איך בלאזן אדער שלינגען
איגנארירן ווען איך פיל זיך געשטאכן
אפשר מיינט קיינער מיר נישט צו טשעפען
און כפיל סתם אזוי צובראכן
הערט כאטש איינער מיינע געדאנקען
וואס פלעגט מיר זיין געפערליך שווער צו 'שערן'
ווען יעצט רעדט איך אן אויפהער
ווי א געבעט מזאל מיר אויסהערן
איך ווייס שוין אליינס נישט
איך רעדט שוין צאם אזויפיל שטותים
איך פרעג סתם אבי קשיות
אבער וויל די ענטפערס נישט וויסן
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen