יצחק און רבקה, דאס געוויין אין די ווינקעלע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

יצחק און רבקה, דאס געוויין אין די ווינקעלע

הודעהדורך קרן זוית » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 11:47 pm

יצחק מתפלל פאר קינדער
יאהרן לויפען, זומער ווינטער

ויעתר לה'
כ'בין אין א קלעם

הרבה והפציר בתפלה
ביים ווינקל, א שטילע

מתפלל לנוכח אשתו טאקע
רבקה זאל שוין זיין א מאמע

עומד בזוית זו
תן לי בני

כ'האף נאר צו דיר
וויפיל איז די שיעור

עינינו לך תלויות
ביי דיר זעהט מען ישועות

רבקה איז טאקע אן עקרה
אפי' הכי גיי איך נישט צו עבודה זרה

כ'בין צו דיר געטריי
בדרך אבי אברהם כ'גיי

יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

תפילה נאר צום רבונו של עולם
בשום אופן נאכטאנצן עולם גולם

המפתח, הוא רק בידך
אין לי תקווה, אלא ממך
קרן זוית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הודעהדורך בן נון » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:49 pm

קרן זוית האט געשריבן:
יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

למעשה איז ער געהאלפן געווארן בזכות אברהם אביו(צדיק בן צדיק) נישט צופיל אנדערש פון גיין צו א קבר וצ”ע
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: מיט מיין אשת איש!
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

הודעהדורך קרן זוית » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:09 pm

בן נון האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
יא ס'איז טאקע שווער ליידער
אפי הכי גיי איך נישט צו א קבר

למעשה איז ער געהאלפן געווארן בזכות אברהם אביו(צדיק בן צדיק) נישט צופיל אנדערש פון גיין צו א קבר וצ”ע


נישט אזא צ"ע, בכלל נישט קיין פארגלייך !!

איבערהויפט נאכדעם וואס מיר זענען באלויכטען געווארען די וואך מיט א שיינעם פשט מבעל @עצי שיטים אז די ענין פון צדיק בן צדיק איז דייקא די עבודה פונעם קינד...

וז"ל: גערעכט טאקע אז א תפלת צדיק בן רשע האט א חשיבות, למעשה דארף מען זיך שלאגן אנטקעגן די שטראם. אבער אסאך חשוב'ער איז א תפלת צדיק בן צדיק, אזא איינער וואס דארף זיך שלאגן מיטן שטראם שבתוך השטראם! ער האט אסאך א שווערערע עבודה זיך צו האלטן ריין און אמת'דיג. דערפאר איז ויעתר "לו" ה' דוקא!
קרן זוית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 4 געסט