מיין וואקאציע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

מיין וואקאציע

שליחה דורך געוואלדיג »

אזוי רואיג און שטיל
איך טוה וואס איך וויל
אין א צימער א קליינעם
איך זעה נישט קיינעם
נאך סאפער יעדן טאג
וואקאציע איך פארמאג
איך בין דאן אליין
מיט די סעל מיין
איך בין אין מיין וועלט
איך טוה וואס מיר געפעלט
איך שרייב זיך מיט וועם איך וויל
אריבער יעדע גרעניץ און גבול
איך דארף נישט צאלן
געלט צומאלן
נישט צוטיילן די קינדער
ממש א וואונדער
נישט מאכן קיין פלענער
זיך דינגען אויף הויכע טענער
נישט מיטנעמען די ווייב
נישט פעלן פון דזשאב
נישט פארן ווייט אוועק
צו די אנדער וועלט עק
נישט מער פון א טיר
איז צווישן די וואקאציע און מיר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
רעאגיר