פאפולעריטי איז אויך באשערט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1314 מאל

פאפולעריטי איז אויך באשערט

שליחה דורך טמיר »

א בחור אין שידוכים, דאר הויעך און פערפעקט,
בלויע אויגן שווארצע האר, אבער די גאווה פון עם עס שמעקט.
קיין גראד ווארט מיט עם קען מען רעדן, מיט מדות רעות אנגעפילט,
ער ווערט צוכאפט איינס צוויי, אט איז ער שוין אין א טלית איינגעהילט.


נעקסט דאור אנאלטער בחור, קיין שידוך איס עם נישט באשערט,
ער איז דאך נידריג און פעשליך, ווער וועט עם נעמען, ווער איז דער פערד.
א רויטע צוטיילטע בארד, אבער אן הארץ פון גאלד אינעווייניג דארט,
פארגינט יענעם, פארשטייט יענעם, א געשמאק צו שטיין מיט עם אין ווארט.
________________

שטייט א יונגערמאן אין קופקע אין צענטער,
ארום דער עולם פארנעמט ערטער, שלונגען מיט דורשט זיין פערל ווערטער.
ליידיגקייט טוט פון עם שרייען, תורה און מדע קען ער נישט פארדייען,
די לעצטע נייעס קען ער איבערקייען, א גוטע רכילות טוט עם דערפרייען.


דערנעבן אויף א באנק, זיצט א נשמה א געשאנק,
יעדע מינוט א חידוש, אן ארגינעלע געדאנק.
דקדוק און היסטאריע, דברי תורה טוט פון עם קוועלן,
אבער אין זיינע ד' אמות, טוט זיך קיינער נישט שטעלן.
_________________

טאטע אין הימל, ווי איז די יושר?
דער ערשטער איז דאך א בור, דער צווייטער פיל מיט כושר!
מיין קינד וואס מיינסטו,
אלעס מיט דיין שכל פארשטייסטו?


און אז דער צדיק ליידט יסורים ביזטו משיג?
אז דער רשע לעבט א גוטן טאג איז פאר דיר פאסיג?
פונקט אזוי אין קיין שום הינזיכט טוסטו אן אנונג פארמאגן,
די דארפסט די דרכי השם מיט ביטול פארטראגן!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
רעאגיר